דער שווארצער פרייטאג
כז חשון תשפ"ה 📝
קומענדיגע ערב שבת קודש ווערט אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס גערופן דער "שווארצער פרייטאג" (בלעק פריידעי), דאס איז נישט ווייל עפעס שווארץ און שלעכט האט דאן פאסירט, נאר ווייל דאס איז דער סעזאן ווען די אלגעמיינע באפעלקערונג גרייטן זיך צו זייערע חגאות פייערונגען, דערמיט וואס זיי קויפן איין געשאנקען איינע פארן צווייטן, און דערפאר וואס די געשעפטן קאנקורירן איינע מיט'ן צווייטן יעדער וויל כאפן די קונדן זאלן קויפן ביי זיי, ווערט ארויסגעלייגט גאר ספעציעלע ביליגע פרייזן אין די טעג, וואס דערמיט האפן זיי אריינצוכאפן דעם ציבור צו זייער געשעפט.
עס איז נאריש צו טראכטן אז מען קען אפקויפן די ווייב/מאן און קינדער מיט א מתנה, די מארקעטערס ווילן אונז איינרעדן אז אזוי קען מען זיך איבערבעטן, און אפילו א גאנץ יאר רעדט מען נישט און ווען יא קריגט מען זיך, קען מען אלעס פארגיטיגן מיט א שיינע "גיפט", בפרט אויב מען נעמט עס נאך ארום מיט שיינע איינפאק (רעפינג) פאפיר.
טאקע ריכטיג, ווען די פאר פאלק רעדן שיין איינע צום צווייטן, מען איז מוותר, און דערנאך קומט א מתנה, איז נישט קיין שלעכטע זאך, עס שאדט נישט; אבער דאס וועט עס נישט מאכן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז דער עיקר איז דאס הארץ, אז דו געסט א מתנה, טראכט נישט אז דער ברענד נעים וועט ברענגען די הערצער נענעטער, רעד זיך נישט איין אז דער שטאקיגער איינפאק מיט די שיינע בענדלעך און שלייפן וועלן אלעס פארגלעטן; וואס יא? שרייב צו עטליכע גוטע ווערטער. מאך נישט ווידער קיין טעות אז דו דארפסט לויפן צום בארימטן חרוזים מומחה וואס וועט אריינפלעכטן די שענסטע מליצות און די קונסליכסטע ראשי תיבות און גימטריאות וואס אפילו ער פארשטייט נישט, אויסדרוקליך נישט, שרייב פשוטע ווערטער וואס גראמען נישט, אבער שטימט, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער ווי שטארק דו שעצט און דו ביסט מכיר טובה. דאס ברענגט א קירוב לבבות און בויעט אויף א שטארקע קשר.
די זעלבע זאך ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן, דארפסט נישט זאגן קיין קונצליך חרוזים און רעדן אויף לשון הקודש, רעד נישט פארמאל. רעד צום אויבערשטן וואס מער פשוט, זאג אים ווי שטארק דו האסט אים ליב, זאג אים ווי שטארק דו גלייבסט אז ער האט דיר ליב, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, פארצייל אים ווי שטארק עס טוט דיר וויי אז דו ביסט דורכגעפאלן. דארפסט נישט גיין צו עפעס א ספעצילע פלאץ אדער זיך אנטון מיט ספעציפישע מלבושים, ווארט נישט אז דו זאלסט האבן א התעוררות, און דו שפירסט אז דיין הארץ איז אפן, סטאפ יעצט ווי דו ביסט, און זאג אים א ישר כח פאר דיין לעבן, דאנק אים אז דו ביסט געזונט, זאג אים ווי שטארק דו ביסט אים מכיר טובה פאר דיין טאטע/מאמע/מאן/ווייב/קינדער. דאס וועט מאכן דיין קשר מיט'ן אויבערשטן א קשר של קיימא, וואס וועט דיר צובינדן אויף א וועג וואס דו וועסט זיך נישט קענען אפרייסן פון אים אויף אייביג. פרוביר עס אויס, וועסט נישט דערלייגן.
לגבי בלעק פריידעי איז גוט צו זיין וואכזאם און נישט קויפן זאכן וואס מען דארף נישט. בעסער צו זיין שולדיג די אלע שיינע זאכן וואס די געשעפטן טוען יעצט אפערן פאר זיך אליינס, ווי איידער מען זאל זיך אנמאכן חובות און זיין שולידג פארן קרעדיט קארד אויף לאנגע חדשים.