דער שטויסקראפט פון א פליגער
ג אדר א' תשפ"ד 📝
שאלה: א ישר כח פאר דיינע שיינע ארטיקלען, נייעס און ידיעות, אלעס אזוי שיין מסביר געווען, ווי מעקן אייביג ארויסנעמען מען ווי דער אויבערשטער פירט די וועלט. האסט זייער שיין מסביר געווען וויאזוי דער עראפלאן קען זיך האלטן אין די לופטן דורכדעם וואס עס פארט זייער שנעל וכו', אבער איך וויל פארשטיין וויאזוי טאקע רוקט זיך אן עראפלאן אין די לופטן? איך וועל מסביר זיין מיין שאלה, ווען א זאך געפונט זיך אויף דער ערד, האט עס רעדלעך וואס דרייען זיך און שטופן עס פאראויס, אבער ווען עפעס איז אין די לופט, מיט וואסאפארא כח קען זיך דער עראפלאך שטופן פאראויס, און פליען אזוי שנעל? מיט דאנק, אברהם ק.
ענטפער: שאלת חכם חצי תשובה, כדי צו ענטפערן וועלן מיר מאכן א הקדמה. שטעל דיך פאר א מענטש זיצט גוט איינגעבינדן אויף א שליטן (סלעד) וואס זיצט אויף א גלאטע גלאנציגע דיקע שיכט אייז, ער נעמט א גרויסן שווערן אביעקט און ווארפט עס מיטן גאנצן כח אויף פאראויס, וואס וועט געשען מיט אים, וועט ער זיך רוקן פון פלאץ? אויב יא, צו וועלכע ריכטונג? טראכט א מינוט. יא, האסט גוט צוגעטראפן, דער מענטש מיטן שליטן וועט זיך רוקן אויף צוריק צו וועגס, פארקערט פונעם ריכטונג וואס ער האט געווארפן דעם שטיין. דער אויבערשטער אזוי באשטימט אז "כל דבר נתפעל מהפכו", אויב מען שטופט עפעס פאראויס, ווערט דער ווארפער געשטופט אויף צוריק.
הקדמה נומער צוויי: דאס פארשטייט יעדער אז רוקן עפעס אויף אייז וועט זיין אסאך גרינגער ווי עס רוקן אויף זאמד אדער שטיינער. אבער לאמיר זיך פארשטעלן א בילד ווי מען לייגט אריין דעם שליטן אין א לאנגען שמאלן קארידאר וואס האט פלאץ אין די ברייט בלויז פארן שליטן און גארנישט מער. אויף די גאנצע לענג פון די ערד וועט מען אויסלייגן גאר שטארקע מאגנעטן, און אזוי אויך אונטער די שליטן ווען מען לייגן די גאר שטארקע מאגנעטן, יעצט וועט מען איבערדרייען די מאגנעטן פארקערט אז עס זאל אוועקשטופן די מאגנעטן פון אונטער די שליטן, דער שליטן וועט זיך נישט קענען זעצן אויף דער ערד בשום אופן, און צוליב די שמאלקייט וועט דער שליטן מוזן בלייבן שוועבן אין די לופט אביסל העכער דער ערד. יעצט ווען איינער זאל געבן אפילו א קליינע שטופ, וועט עס פליען זייער גרינג, עס וועט נאך זיין אסאך גרינגער ווי שטופן אויף אייז, און אויב ער וועט ווארפן א שטיין פונעם שליטן אויף פאראויס וועט זיך עס רוקן אסאך גרינגער און ווייטער ווי אויף די אייז.
די גרויסע היינטיגע פליגערס האבן דזשעט מאטארן, וואס אָׁן אריינגיין וויאזוי דאס ארבעט, בלאזן זיי ארויס גאזן (לופט) אויף צוריק צו וועגס; צום ביישפיל דער באואינג 737 האט צוויי מאכטפולע מאטארן וואס בלאזן ארויס אויף צוריק מיט א שטארקייט פון איבער 700 מייל פער שעה. און ווילאנג דער פליגער איז נאך אויף די ראנוועי רוקט זיך עס טאקע פאראויס דורך די רעדער, אבער איינמאל עס איז אין די לופט, און נאך מער ווען עס איז שוין הויך אין די לופט, קען די שטארקע קראפט פון די לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן פון די מאטארן שטופן דעם ריזיגן פליגער אויף גאר א שנעלע ספיד. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די פליגערס פארן ארויף אזוי הויך צווישן 30,000 און 40,000 פוס אין די לופט, צוליב וואס די לופט דארט איז שוין גענוג שיטער אז עס איז זייער גרינג פארן פליגער צו פליען שנעל, אבער די לופט האט נאך גענוג דיקעקייט צו קענען האלטן דעם פליגער וואס האלט זיך אויף די לופט.
לופט איז ממש א גארנישט. לויט ווי עס זעט אויס פאר אונזערע אויגן איז גארנישט אזוי שוואך ווי לופט, אבער ווי מיר זעען דא האט עס עס שוין גאר אסאך כח. פאר א מענטש קען זיך דאכטן וואס איז שוין אז איך זאג א ווארט צום אויבערשטן, עס איז בלויז אביסל לופט. אבער פון דעם זעט מען אז אז מען טאר נישט אונטערשאצן אביסל לופט. ווייל אין הימל איז עס שוין גארנישט קיין קלייניקייט. פונט ווי מיר זעען ווי א ריזיגער פליגער קען ווערן געשטופט דורך בלויז אביסל לופט, אזוי אויך קענען מיר רוקן אלע מויערן מיט אונזער לופט פון אונזער מויל. ווען מיר זאלן ווען וויסן וואס א תפלה צום אויבערשטן קען פועלן וואלטן מיר נישט אויפגעהערט צו רעדן צום אויבערשטן.
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.