שוין עטליכע יאר וואס פילע הונדערטער אידן זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס מיט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", וואס דארט ווער צוזאם גענומען די פילע בריוון און ענטפערס אויף שאלות וואס זענען געשריבן געווארן אין די לעצטע וואך. די אלע בריוו זענען געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א, געבויט אויף די הייליגע לימודים און עצות פון הייליגן רבין און זיין תלמיד רבי נתן, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן אלע יארן. אין די בריוו טרעפט זיך דארט יעדער איינער פאר זיך פאסיגע עטנפערס אויף אלע זייערע פערזענליכע קשיות, ספיקות און בלבולים, און געפונען דארט א טרייסט צו אלע זייערע יסורים און אנגסט, ווען דער ראש ישיבה דערמאנט זיי איינמאל און נאכאמאל, אז די עצה אויף אלע עצות איז רעדן צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים.
אזוי אויך דערקוויקן זיך פילע יעדן טאג פון וואך מיט די וועכענטליכע קונטרסים "בי"ת נצחי" - וואס אנטהאלט אין זיך א בלאט "בבלי", א בלאט "ירושלמי" און א פרק "תוספתא" פאר יעדן טאג פון די קומענדיגע וואך - וואס ווערט ארויסגעגעבן כדי יעדער זאל קענען גרינגער מקיים זיין דאס וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזרן מיט אונז אז "פונקט ווי א מענטש דארף א דירה דא אויף דער וועלט, אזוי אויך דארף א מענטש זיך בויען א הויז אויף יענער וועלט, און דורך לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בבלי י'רושלמי א פרק ת'וספתא בויט מען זיך אויף א "בי"ת נצחי" א הויז אויף לנצח נצחים". אבער פאר פילע איז עס שווער געווען צו מקיים אין מציאות, ווייל ווער קען מיטנעמען אויף די באס צו די ארבעט אדער צו א דאקטארס אפוינטמענט א.א.וו. א דיקע גמרא בבלי, א גרויסער ירושלמי, און א תוספתא? דערפארט שטעלט דער בית הדפוס צו יעדע וואך די אלע בלעטער בבלי ירושלמי און תוספתא א קליין קונטרס "בית נצחי" אין א פראקטישער קליינער פארמאט, געדרוקט מיט שיינע גרויס אותיות.
אבער נאך אלץ זענען געווען אסאך וואס האבן געהאט שוועריקייטן דאס צו באקומען צוליב די ווייטקייט וואס זיי וואוינען וכדומה, בפרט יעצט אין די "קאראנע צייט" איז עס אפילו פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער געווען שווער צו באקומען. און פילע האבן אויסגעדרוקט זייער וואונטש אז מען זאל עס קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט.
דערפארט כדי צו ענטפערן די אלע "למה נגרע" בקשות, איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן, אז דער בית הדפות איז ב"ה געגאנגען נאך א טריט ווייטער און איינגעשטעלט א פראקטישער "סובסקריבשאן" סיסטעם, ווי מען קען זיך קענען איינשרייבן די פערזעליכע פרטים, די אדרעס, די קרעדיט קארד, און באקומען די קונטרסים מיטן אייבערשנס הילף צוגעשיקט יעדע וואך אויף די פאסט. די מינימאלע פרייז איז באשטימט געווארן אויף $2.99 פער וואך פאר יעדע פון די קונטרסים.
גלייכצייטיג הערט מען פון די קרן הדפסה אז מען ארבעט שווער זיך צו פארברייטערן, מיט בעסערע און גרעסער מאשינען צו קענען נאכקומען די ארבעט פון דרוקן די מיליאנען קונטרסים און גליונות בלי גוזמא וואס גייט כסדר ארויס, און קען ממש נישט נאכקומען די ארבעט.
מען קען זיך איינשרייבן פאר סובסקריבשאנס אויף 718-387-2691 אדער אויף אימעיל, mail@kerenhadfusa.org
 מען קען אויך דאונלאודן יעדע וואך די קונטרסים דא אויפן וועבסייט פריי פון אפצאל, און זיך עס אליינס ארויספרינטן.
צו דאונלאודן דעם בית נצחי
צו דאונלאודן דעם עצתו אמונה
"ותלמד בכל לילה דף גמרא ב'בלי, י'רושלמי, ופרק ת'וספתא, אשר זה ב'י'ת' נצחי, ואף שיקח לך כמה שנים לגמר ולסימם - מה בכך?! לבסוף יבנה לך ב'י'ת' נפלא" (אשר בנחל חלק ל"ה, מכתב ו"א רנ"ט)