מה נהדר היה המראה בצאתו בשלום מן הקודש, מיר וועלן אויסלאזן אלע הקדמות, און תיכף צוגיין צום קורצן באריכט פון הייליגן יום טוב אין אומאן.
 
צוליב די לאנגע נסיעות וואס מען האט געדארפט נעמען היי יאר אין שאטן פון די מלחמה, האט זיך דער ציבור פון צענדליגע טויזנטע אידן פון איבער די וועלט געלאזט איבער די וועגן דורך פליגערס באנען באסעס און ספרינטערס שוין פון אנפאנג וואך.
 
די גרעסטע חלק פון אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש זענען געקומען דורך די פלען איט רייט אגענטור, און דערפון זענען רוב געפארן מיט די מאנטאג פלייט, וועלנדיג פארן אינאיינעם וואס איז סאך מער אפגעהיטן.
 
אין עירפארט האבן די שטאב פון פלען איט רייט אפגעווארט דעם ציבור מיט א ברייטע נאכטמאל מיט די הכשר פון הגאון רבי יונה זינגער שליט"א דער דיין פון קרית ברסלב, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען. עס איז געווען א נחת צו זען ווי אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די צייט מיטן לערנען בלעטער גמרא, פרקים משניות. די זעלבע האט זיך איבערגעחזרט במשך די גאנצע נסיעה, אויפן פליגער, אין ליזענסק אויף די באנען באסעס האטעלן און אין אומאן, ווי אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט יעדע פרייע מינוט צו לערנען די פילע שיעורים כסדרן, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן אזא זיסע סדר דרך הלימוד וואס קלעבט צו א מענטש צו די תורה.
 
אויך אויפן פליגער האט פלען איט רייט צוגעשטעלט ברייט צו עסן, בפרט האבן אנשי שלומינו הנאה געהאט פון די פראקטישע "ספרים זעקל" וואס איז געלעגן אויף יעדעמ'ס פלאץ אין פליגער, וואס וועט זייער צוניץ קומען א גאנץ יאר צו מיטנעמען אויף די וועגן אלע ספרים אין וואס מען לערנט.
 
מיטאג צייט איז מען אנגעקומען צום שטאט ליזענסק ווי מען איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך האט מען זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון הייליגן קדושת לוי, אויך איז געווען צוגעשטעלט די הכנסת אורחים פאר עטליכע שעה זיך צו קענען אפרוען און עסן. אויך האט מען געדאווענט מנחה און מעריב אין ליזענסק.
 
אויפדערנאכט איז מען ארויף אויפן באן קיין אוקראינע, און נאך עטליכע שעה פארן ווען עס האט אנגעהויבן צו טאגן כאטש אלע זענען געוואן אויסגעמוטשעט פון די לאנגע נסיעה האבן זיך געשטעלט פילע מנינים סליחות און שחרית אין אלע וואגאנען, אינדערפרי איז מען אנגעקומען קיין וויניצע באן סטאנציע ווי מען איז געפארן מיט באסעס ביזן עיר הגעגועים אומאן.
 
אין אומאן זענען אלע גלייך געלאפן אין מקוה, און געלאפן צום הייליגן ציון ווי מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי, און זיך מתוודה געווען פארן אויבערשטן.
 
ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם דף גמרא, און נאכן שיעור האט מען גערעדט פון דעם וואס די גמרא זאגט (קידושין ל) בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין", ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן פאר די מתנה פון די סדר דרך הלימוד, וואס אזוי קענען מיר שטענדיג נוצן דעם "תבלין" פון די הייליגע תורה, וואס אן דעם וואלטן מיר פארברענט געווארן פונעם יצר הרע.
 
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף גמרא נאך שחרית און סליחות און נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט וואס דאס מיינט כיבוד אב ואם. מען קען הערן דעם הערליכן שיעור אויף קול ברסלב.
 
דאנערשטאג נאכמיטאג איז ווי באריכטעט פארגעקומען דער הנחת אבן הפנה פאר נייעם בנין פאר'ן בית המדרש.
 
דאנערשטאג פארנאכטס האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאך א שיעור אין גמרא ווי דער ראש ישיבה האט דערנאך מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל זען אויסצונוצן די קורצע צייט אין אומאן מיטן מתפלל זיין און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
 
דאנערשטאג ביי חצות הלילה האט מען געזאגט אינאיינעם סליחות זכור ברית, דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה גענומען "פדיון נפש" ביז פיר אזייגער פארטאגס, אויך אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א גענומען פדיון נפש נאך שחרית ביז חצות.
 
עש"ק ערב ראש השנה האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם שיעור גמרא נאכן דאווענען מעוטר מיט תפילין, דער ראש ישיבה האט געבעטן אלע וואס האבן סיומים זאלן ארויפקומען, עס זענען ארויפגעקומען צענדליגע אינגעלייט און בחורים וואס האס האבן מסיים געווען פילע מקצועות התורה, צווישן זיי איז געווען הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א וואס האט געמאכט זיין יערליכע סיום הש"ס, אויך איז געווען א סיום אויף 199'סטע מאל משניות, אכטע מאל שו"ע, ליקוטי מוהר"ן, פילע מסכתות הש"ס.
 
ביים זמן פון יום טוב האט מען געדאווענט א התעוררות'דיגע לעצטע מנחה פון יאר נאכגעפאלגט מיט די פיוט תכלה שנה וקללותיה מיט די הארציגע ספרדישע נוסח, דערנאך האט מען געדאווענט א געשמאקע קבלת שבת און מעריב מיטן בעל תפלה הר"ר אברהם הערש שליט"א.
 
דאן איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן ביים ראש ישיבה "לשנה טובה" ווען דער ראש ישיבה האט אלעמען צוריק געווינטשן מען זאל האבן א יאר פון א שטארקע אמונה און מען זאל נישט אפלאזן דעם אויבערשטן.
 
דערנאך איז מען ארויף אין בית המדרש וואס פילע אנשי שלומינו האבן געהאלפן צוגרייטן דעם בית המדרש צום עסן, בפרט האט זיך אנגעזען די אינגעלייט פון ארץ הקודש וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כחות אנצוגרייטן און אפצורוימען די סעודות.
 
מען האט געזינגען די זמירות שבת קודש מיט גרויס געהויבנקייט און דער ראש ישיבה האט געמאכט קידוש און מען האט געגעסן א געשמאקע סעודה. עס איז געווען צוגעגרייט אלע סימנים, און תיכף נאך די סעודה האט מען זיך געלייגט שלאפן כדי צו קענען אויפשטיין פארטאגס פארן עלות. פינף אזייגער האט מען שוין נישט געקענט טרעפן קיין פלאץ אין מקוה, א ריזיגער ציבור פון איבער הונדערט אינגעלייט און בחורים זענען געזעצן ביים שיעור פון ראש ישיבה א פערטל נאך פינף וואס האט פארגעלערענט א געשמאקע שיעור גמרא, נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה דערמאנט דעם עולם צו גיין צום ציון און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
 
דער ערשטער טאג ראש השנה האט הר"ר שלמה רוטה שליט"א דער זון פון ראש ישיבה געדאווענט פסוקי דזמרה, דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפגעלייגט א מתיקות'דיגע שחרית און ביים ליינען האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן די נעמען פאר צוויי מיידלעך געבוירן ביי אנשי שלומינו די וואך פון ראש השנה, ר' שבתי מארקוס און ר' שלמה אפעלדארפער.
 
נאכן דאווענען האט מען געמאכט קידוש אונטן אין עס זאל, און דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט עטליכע ווערטער איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.
 
נאכמיטאג נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס, איבער אמונה, די זיסע מתנה וואס דער רבי געבט אונז, וואס נאר אזוי קען מען האבן א זיס לעבן כאטש אלעס וואס מען גייט דורך.
 
ביים צווייטן נאכט ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן עטליכע אנשי שלומינו זאלן זינגען לכבוד יום טוב. און נאכן סעודה האט מען זיך תיכף געלייגט שלאפן כדי צו קענען אויפשטיין ביים עלות.
 
די זעלבע זאך האט זיך איבער געחזרט ביים צווייטן טאג פארטאגס ביים שיעור. פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר אלחנן רוטה שליט"א דער זון פון ראש ישיבה.
 
נאכן ליינען האט דער ראש ישיבה אנגעווארימט דעם ציבור פאר תקיעת שופר, און געזאגט ווי חשוב עס איז ביים אויבערשטן יעדע ווארט מען זאגט צו אים. אויך האט ער געבעטן מען זאל זיך מוחל זיין און נישט האבן קיין שווער הארץ איינער אויפן צווייטן.
 
די סעודה ביים צווייטן טאג איז געווען זייער פרייליך מען האט אסאך געזינגען און דער ראש ישיבה האט מכבד געווען אסאך זאלן אראפ לייגן חזנישע שטיקלעך.
 
נאכמיטאג איז מען געגאנגען צו תשליך  און נאך מנחה האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע שמועס, ווי ער האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל מיטנעמען דעם הייליגן רבין אויף א גאנץ יאר, די אמונה, תורה, שלום בית און אזוי ווייטער. נאכן שיעור האט מען געזונגען מיט גרויס שמחה "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".
 
נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט הבדלה, און מען האט תיכף געדארפט זיך איינפאקן און לויפן צו די באסעס. מען איז געפארן איבער צען שעה, אבער אלע זענען געווען זייער פרייליך אז מען האט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבין און אים פאלגן בתמימות ובפשיטות.
 
אנשי שלומינו זענען דאנקבאר פאר די פילע עוסקים במלאת הקודש וואס האבן געהאלפן צושטעלן אלעס וואס מען דארף אינעם בנין, צום ערשט קומט זיך א הכרת הטוב פאר די גבאים פון אומאן דער מלמד מומחה הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א און הר"ר העניך אינדיג שליט"א, אזוי אויך פאר די וואס האבן צוגעשטעלט צו עסן ר' משה איינהארן, ר' שלמה יאקאבאוויטש, הר"ר שלמה ראטה, ר' לייבי אפעל און ר' דוד דייטש וואס אלע האבן וואלונטירט כדי צו העלפן אנשי שלומינו זאלן קענען האבן אלעס וואס מען דארף אינעם בנין.
 
אנשי שלומינו קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פון די געוואלדיגע ארבעט פון וואכן און חדשים וואס ר' אלי' קנאל און ר' משולם פינטער וואס האבן צוגעשטעלט א הערליכע נסיעה מיט אלעם גוטן אויסגעארבעט אלעס ביזן לעצטן דעטאל, און מיט דעם אביסל גרינגער געמאכט דעם לאנגן אויסמאטערנדע נסיעה.
 
דא איז אויך דאס פלאץ צו דערמאנען די עסקנים פונעם רענט קאמפיין וואס האבן צוגשעטלט א גרויסע פלאטע פון שאטל באסעס וואס האבן געטראגן און געברענגט אנשי שלומינו פון בנין צום ציון און צירוק גענצליך בחנם, וואס איז גווען געספאנסערט דורך ר' אלי קנאל און ר' משולם פינטער פון פלען איט רייט.
 
אבער די ארבעט פון די געטרייע מלמדים איז נישט מעליך צו באצאלן, אלע וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט געהריג חדר פאר די קינדער אויפן גאנצן טאג, מען האט געדאווענט מיט די מלמדים געגעסן פרישטאג און מיטאג געבענטשט און געלערנט, געגאנגען צום ציון. מען דארף אנערקענען די מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, הר"ר בערל שניצלער שליט"א, הר"ר יוסף שניטצער שליט"א, הר"ר נחמן נתן קרויס שליט"א, הר"ר יואל פריעדלענדער שליט"א, הר" ישעי' איידליס שליט"א, און דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א. דער גבאי פונעם בית המדרש אין סטעטן איילענד הר"ר אהרן שלמה שווארץ שליט"א האט מיטגעברענגט גענצע פעק פון פרייזעס וואס די קינדער האבן געקענט קויפן לויט וויפיל טיקעטס זיי האבן באקומען פון די מלמדים.