גאר א פרייליכער און דערהויבענער יום טוב שבועות האט מען מיטגעלעבט דאס יאר אין קרית ברסלב ליבערטי אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי הונדערטער אנשי שלומינו פון איבעראל זענען זיך צוזאם געקומען כאיש אחד בלב אחד, צו זיין אינאיינעם ביים קיבוץ אום יום טוב שבועות, מען האט אינאיינעם געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די הייליגע תורה פון דאסניי, זיך אויפגעפרישט און באנייעט צו לערנען די הייליגע תורה, און מקיים זיין די הייליגע מצוות פון די תורה.
 
ווי באקאנט איז געווען ביים הייליגן רבי'ן בחייו דריי צייטן אין יאר וואס די תלמידים זענען זיך צוזאגעקומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. אויף ראש השנה האט דער רבי געזאגט אז מען זאל ווייטער קומען צו זיין קבר אויך נאך זיין הסתלקות, און ער וועט פועל'ן גרויסע ישועות פאר אלע וואס וועלן זיין ביי אים, ביי וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט גאר שטארקע לשונות, "אפילו וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער וואס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן" און אזוי ווייטער, און דעריבער זענען זיך אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן מוסר נפש יאר יערליך צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, און אפילו ווען עס איז פארשפארט די געהעריגע וועגן אנצוקומען, דאך פארט מען אויף אלע סארט וועגן וואס איז נאר שייך צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אבער אין די אנדערע צוויי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, איז מען נאר געקומען צום רבי'ן בחייו, און היינט צו טאגס קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם בכל מקומות מושבותיהם, מען נעמט זיך צוזאם צו דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים. 
 
קיין קרית ברסלב ליבערטי זענען געקומען צו פארן פילע הונדערטער משפחות, צו דאווענען און מקבל זיין אינאיינעם די הייליגע תורה, במחיצת דעם ראש ישיבה שליט"א.
 
הכנות צום הייליגן יום טוב
די הכנות צום הייליגן יום טוב האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע טעג פריער, דאנערשטאג נאכט ערב שבועות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס יעדער איד באקומט א התעוררות אום יום טוב שבועות צו לערנען די הייליגע תורה, מען זינגט דעם ווארימען אהבה רבה ניגון, מען נעמט זיך פאר פרישע קבלות צו מאכן שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען די הייליגע תורה, דער פראבלעם איז אבער אז פילע טרעפן נישט א וועג וויאזוי אויך זיי קענען לערנען די תורה טאג טעגליך. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אויף דעם האט דער הייליגער רבי אונז געגעבן א גרינגע וועג צו לערנען תורה, א וועג פון וואס קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען, מען קען "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט, און לערנען אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט, און מיט דעם ווערט מען באהאפטן צו די תורה. די שיעור קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין. 
 
די חשובע איינוואוינער אין קרית ברסלב האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און הייזער, אריינצונעמען די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב פון איבעראל.
 
ערשטע נאכט יום טוב
נאך גאנצע ניין און פערציג טעג וואס מיר האבן געציילט ספירה, מען האט געווארט און געבענקט אויפ'ן יום טוב שבועות, עס האט זיך גערוקט א טאג נאך טאג נענטער און נענטער צו קבלת התורה, האט מען ענדליך זוכה געווען צו דעם "תמימות תהיינה", ווען מען שטייט גרייט מקבל צו זיין די הייליגע תורה. במשך דעם גאנצן יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אלע תפלות אינעם גרויסן שול, וואס מען האט ספעציעל מסדר געווען לכבוד יום טוב צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן עולם. נאך א ווארימע מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער איבער די גרויסקייט פון דעם הייליגן נאכט אין וואס מען גייט אריין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער אר"י הקדוש זאגט אז דער נאכט זאל מען אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין, אויפזיין די גאנצע נאכט, און אריינכאפן תורה און תפלה און זאגן דעם תיקון ליל שבועות. עס זענען דא ערליכע אידן וואס פירן זיך נישט צו רעדן די גאנצע נאכט ביז אינדערפרי נאך כתר, אבער צו די ווייב און קינדער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען רעדן, דער עיקר איז צו רעדן נאר גוטע זאכן, דיבורים פון אמונה, דיבורים פון התחזקות, און דאס גלייכן. 
 
גלייכצייטיג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיין אום יום טוב שבועות ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו, וואס דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דאס וועט זיכער ברענגען אלעס גוטס פאר יעדן איינעם. 
 
נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אהיימגעגאנגען עסן סעודת יום טוב. נאך די סעודה איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש, צוערשט האט יעדער געלערנט זיינע שיעורים, און אומגעפער אום צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם ארגינעלן תיקון, וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און נ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, ווען אינצווישן זינגט מען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, זיך בעטנדיג ביים אייבערשטן "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און אזוי ווייטער הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה. 
 
גאר אן אייגענארטיגע זאך איז געווען דאסמאל, ווען אינמיטן דעם תיקון האט מען זיך אפאר מאל אפגעשטעלט און ארויפגערופן אינגעלייט וואס האבן געמאכט סיומים, דער אין משניות, דער אין גמרא, דער אין שלחן ערוך און אזוי ווייטער, איינער אינגערמאן פון ארץ ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס צום צווייטן מאל, און דערנאך גערעדט אפאר ווערטער ארויסברעגענדיג וויאזוי דאס לערנען גמרא איז אים נישט גרינג אנגעקומען, דאך איז ער געגאנגען ווייטער מיט עקשנות, ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן יעצט דעם צווייטן מאל ש"ס.
 
נאכ'ן תיקון האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען אביסל צולייגן צו קענען דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגן קאפ. געוויסע האבן אנגעפרעגט אויב זיי קענען מאכן א מנין שחרית ותיקון, און דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר ער דאווענט שפעטער כדי זיינע קינדער זאלן קענען מיטהאלטן דעם דאווענען און די אקדמות אויף וואס מען ווארט שוין א גאנץ יאר. 
 
דעם ערשטן טאג יום טוב צו שחרית האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד, געזינגען דעם אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך אויסגעלאזט יעדע שטיקל פון הלל מיט גרויס ווארימקייט. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צו קריאת התורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די הייליגע אקדמות מיט'ן ניגון, מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות.
 
 נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם מדרש פליאה אז ווען משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן 'אנכי ד' אלקיך' האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שלא עשני גוי', אויף וואס אלע פרעגן וואספארא שייכות האבן די צוויי זאכן? אבער דער אמת איז עס איז זייער פשוט, בשעת משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן די תורה האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שכח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי'. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אראפלייגן וויאזוי עס וואלט אויסגעזען ווען מיר וואלטן געבוירן געווארן כינעזער, מען וואלט גערעדט זייער שפראך "טשינג טשאנג טשו", און מיר וואלטן געגעסן ווערים, און גארנישט מער, אבער דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און געגעבן און אונז אויסדערוועלט צו זיין זיין פאלק, און אונז געגעבן אזא לעכטיגע תורה דארף מען מיט דעם זיין זייער זייער פרייליך. איז און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א מאריך געווען מיט דברי תורה והתחזקות פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט.
 
נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט דעם "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אן אנדערע מתנה פון הייליגן רבי'ן, ראש השנה באקומט מען די לעכטיגע מתנה פון 'אמונה', צו וויסן און גלייבן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט פאר אונז, און אלעס פירט זיך מיט א פונקליכע חשבון פונעם אייבערשטן. שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון 'דאנקן דעם אייבערשטן', א מענטש דארף יעדן טאג דאנקן דעם אייבערשטן אז ער איז געזונט, ער האט אויגן ער קען זען, א אינגערמאן קומט מיר זאגן אז ער האט אנגעהויבן זען שוואך אויף איין אויג רחמנא לצלן, איז ווי קען זיך נאך א מענטש אפרעדן און זיין צובראכן, בשעת דער אייבערשטער געט אים אזעלכע מתנות יעדע רגע און יעדע מינוט?
און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד, וואס איז א מתנה פון הייליגן רבי'ן, וואס מיט דעם קען יעדער איד האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה, אפילו מ'האט נישט קיין איבריגע צייט צו לערנען, מ'האט נישט די פארשטאנד און געדולד צו קענען לערנען, קען מען אבער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דערפאר דארף מען זיך זייער פרייען אז מען איז זוכה צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ אום יום טוב שבועות. 
 
נאך די דרשה איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען צו מערבית.  
 
צווייטע טאג יום טוב
 
אויך דעם צווייטן טאג האבן מיר זוכה געווען צו הערן א שחרית פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיט אן התעוררות'דיגן אהבה רבה, און א הערליכע הלל וואס איז צעגאנגען אין אלע ביינער. 
 
ביים ליינען האט מען אויסגערופן לתורה החתן נחמן יואל נרו יאיר בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, אזוי אויך האט מען אויסגערופן לתורה מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו וואס האט געהאט א אינגל דעם צווייטן טאג יום טוב למזל טוב.
 
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד החזן מו"ה אלימלך גראסמאן הי"ו, וואס האט מיט זיין הערליכע שטומע אראפגעלייגט גאר א ווארימע מוסף, וואס איז אריין אין אלעמענ'ס ביינער.
 
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידוש פארן חתן נחמן יואל נרו יאיר, דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון די וויכטיגקייט פון קומען דאווענען שחרית מנחה מעריב אין בית המדרש, אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט 'והם לא ידעו דרכי', אז די וואס דאווענען 'אינדערהיים' - 'לא ידעו דרכי', קענען נישט די וועגן פונעם אייבערשטן, דאס הייסט אז מען דארף קומען צום אייבערשטן אין שול דאווענען דריי מאל א טאג.
 
און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צום חתן און געזאגט: אז די ווייב זאגט "איך וויל נישט זאלסט ארויסגיין דאווענען, איך וויל נישט בלייבן אליין", זאלסטו נישט קוקן אויף דעם, מען דארף האבן 'א געזונטע שלום בית' נישט 'א קראנקע שלום בית', מען טאר נישט זיין אינדערהיים פיר און צוואנציג שעה, מען דארף ארויסגיין דאווענען. 
 
נעילת החג 
 
נאך מנחה איז געווען דער נעילת החג, צוזאמען מיט שלש סעודות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל גערעדט איבער די גרויסקייט אז מען זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס קיבוץ אום שבועות, וואס מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון עולם התוהו, און ביי די אלע דריי צייטן וואס דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל קומען צו אים פרישט מען זיך אויף מיט די אלע דריי וויכטיגע נקודות וואס דאס איז 'אמונה' 'דאנקן דעם אייבערשטן' און 'תורה', זיין פרייליך און צופרידן מיט די לעבן וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, און וואס מען וויל באקומען פונעם אייבערשטן קען מען בעטן פונעם אייבערשטן, בפרט דא אין שטעטל איז דאך גן עדן, מען גייט ארויס צווישן די ביימער און מען שמועסט מיטן אייבערשטן אפאר מינוט, עס איז דאך ממש א מחי'. און בפרט דארף מען מיטנעמען די עצה פונעם סדר דרך הלימוד, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו זען פאר מנחה ווי די גאנצע עולם זיצט און לערנט זיינע שיעורים כסדרן, וואס דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. יעצט שבועות האט מען חתונה מיט די תורה, דארף מען זען צו האבן שלום בית מיט די תורה, לערנען יעדן טאג די זיסע תורה.
 
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה אפאר מאל געהויבן דעם עולם און געזאגט אז יעצט איז א חתונה און מען דארף זיך זייער פרייען.
דער געהויבענער יום טוב וועט זיכער בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן. 
 
שישו ושמחו בשמחת התורה!