דראמאטישע הערליכע פלעי פאר פרויען און מיידלעך היינט זונטאג, מארגן מאנטאג, און איבערמארגן דינסטאג
כד אב תשפ"ב 📝
די נייעס איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פלעי, "דער חכם מיט'ן תם", וואס ווערט אהערגעשטעלט אין די יעצטיגע טעג בעז"ה דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, איז זייער שנעל צעשפרייט געווארן פון מויל צו אויער ביי פרויען און מיידלעך. כאטש וואס מ'האט צוגעגרייט צו מאכן דריי מאל די פלעי, לויפן אבער אויס די טיקעטס גאר שנעל.
אין לויף פון די יארן האט די סקול שוין אויפגעשפילט גאר שיינע פארשטעלונגען פון די מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, אבער דאס מאל אנטשפרעכט עס צו זיין גאר א פראפעסינאלע געלונגענע פלעי, וואס וועט איבערשטייגן אלע פריערדיגע, עס וועט האלטן געשפאנט די צושויער פאר לאנגע שעות, און זיי באגלייטן אויף שפעטער פאר גאר א לאנגע צייט.
אין די פריערדיגע יארן איז די שפיל געווען דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט ביי די פרויען, די שפיל "דער בערגער און דער ארימאן" איז ארויסגעקומען שפעטער און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס, און ביז יעצט ווערט נאך פארקויפט טויזנטער שטיק דערפון. ווי מען הערט צוריק פון די קאסטומערס וואס האבן עס געקויפט, האט דער שפיל איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די צוהערער. איינער האט געשריבן: "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכ'ן זען די פלעי בין איך אריין אין מיין צימער און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חבר'טע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!"
די פארשטעלונג וועט זיין פון די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די ניינטע מעשה אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות". די מעשה פאר זיך איז גאר א דראמאטישע ערציילונג, עס הויבט זיך אן מיט צוויי קינדער וואס האבן געלערנט אין איין חדר, איינער איז געווען א חכם און דער צווייטער א תם. אין לויף פון די געשיכטע באגלייטן מיר די לעבנ'ס געשיכטע פון ביידע קינדער ביז צו זייער עלטער, ווי אזוי דער גרויסער חכם, דער וועלט בארימטער פראפעסאר, דער ריזן עושר, איז צוביסלעך איינגעגאנגען און איז געווארן א בעטלער און אריינגעפאלן טיף אין די בלאטע, און דער תם וואס האט גארנישט געהאט און גארנישט געקענט, א שוסטער וואס קען קוים מאכן שיך, א בלוטיגער ארעמאן, האט זייער שיין מצליח געווען.
אין לויף פון די סצענעס וועט מען מיטהאלטן לעבעדיג די פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, אנגעצויגענע און רואיגע מצבים, און זען וואס איז דער סוד פון הצלחה אויף דער וועלט, ווי אזוי קענען מיר מצליח זיין אין לעבן, אפילו אויב מיר קענען גארנישט און מיר פארמאגן גארנישט.
די פלעי וועט אי"ה פארגעשטעלט ווערן אין די פראכפולע אודיטאריום פון די בנין המוסדות אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, היינט זונטאג ראה (למס' אוגוסט 21) אום 1:30 מינטאג, מארגן מאנטאג און איבערמארגן דינסטאג (למס' אוגוסט 22 און 23) אום 7:30 אווענט. די פרייז פאר א טיקעט איז $25. מ'קען קויפן טיקעטס דורכן במשך דעם טאג 347-786-1767 אדער 347-263-2467 .
פאר טראנספארטאציע פאר גרופעס קען מען רופן פון 6 ביז 10 נאכמיטאג אויף 845-381-6585. מאכט זיכער צו קויפן טיקעטס פון פאראויס, ווייל ס'וועט נישט בלייבן צופיל טיקעטס צו קויפן ביים טיר.
לבית יעקב אלו הנשים!