דראמאטישע פארזעצונג "יאקאב" בארייכערט דעם קרית ברסלב בלעטל
יג חשון תשפ"ה 📝
ילכו מחיל אל חיל, דער באליבטער ברסלב'ער וועכענטליכער מאגאזין ווערט אלץ שענער און בעסער, מיט יעדע וואך ווערט צוגלייגט נאך פרישע רובריקן און אפטיילונגען, מיט'ן ציל אז יעדער זאל דארט טרעפן עפעס אינטערעסאנט.
דער ראש ישיבה שליט"א פאדערט כסדר אויף אנשי שלומינו אז מען זאל אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב, אפגערעדט אז מען זאל נישט אריינעמען קיין צייטונגען און מאגאזינען, נישט קיין חילוק צי זיי זענען געאייגענט פאר ערוואקסענע אדער פאר קינדער, ווייל ווער ווייסט ווער די שרייבער זענען, וואס זייערע השקפות זענען, נאר אפילו פון אדווערטייזמענט ביכלעך דארף מען אכטונג געבן, ווייל ווי באקאנט פלעגן צדיקים זאגן אז "ביכל" איז ראשי תיבות "כל באיה לא ישובון" ווייל די השקפה און די וועלט בליק פונעם שרייבער גייט אומדירעקט אריין טיף אינעם מח פונעם ליינער, און בפרט ביי קינדער וואס זייער מח איז אפן און זאפן איין אלעס וואס זיי ליינען.
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א זאל ארויסגעבן א וועכענטליכע אויסגאבע פאר די משפחה מיט אלע סארטן ארטיקלען, געשריבן דורך שרייבער וועלכע טרונקען פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, און אזוי ארום וועט מען קענען הנאה האבן פון געשמאקע ארטיקלען, נייעס, מעשיות און בילדער גענומען פון ריינע מקורות.
אנגעהויבן פון די וואך פרשת וירא האט דער באגאבטער שרייבער ש. טראכטער אנגעהויבן א גענצליך נייע קאלום, א חידוש וואס איז נאכנישט געווען אינעם בלעטל, א זאך וואס פילע ליינער בעטן שוין א לאנגע צייט, "א מעשה אין פארזעצונגען", דער מעשה וועט זיך ציען א לאנגע צייט און וועט דורכגיין קאנטיענטן לענדער און תקופות. פון די מעשה וועט מען זיך קענען לערנען וואס דאס מיינט תמימות און מסירות נפש פון ערליכע אידן, און וועט זיין געשריבן אויף א גאר דראמאטישע וועג אבער אין די זעלבע צייט וועט מען זיך קענען לערנען אויף למעשה היינטיגע צייטן ווען דאס לעבן איז רעלאטיוו גרינג אויך צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט די זאכן וואס היינט איז אסאך שווערער פון אמאל.
עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די רעדאקציע פאר די אלע שרייבער, גראפיקער, און מגיהים וואס לייגן אריין וועכענטליך גאר אסאך כחות, מיט'ן ציל צו העלפן אנשי שלומינו. אזוי אויך קומט זיך א געוואלדיגע אנערקענוג פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט די "קרן הדפסה" וואס האט גענומען די גאנצע קאסט אויף אירע פלייצעס. ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.