דרום קארעא פלאגט זיך מיט מיסט באלונען פון צפון
כו אייר תשפ"ד 📝
אין די לעצטע וואך האבן איינוואוינער אין דרום קארעא זיך אנגעשטויסן מיט אן אומאיינגענעמע ערשיינונג, נעמליך, עס קומען צו פליען ריזיגע לופט באלונען פון די קאמוניסטישע צפון קארעא צוגעבינדן דערצו גרויסע מיסט זעקלעך וואס באשמיצן און שעדיגן וואו זיי פאלן.
ווי עס שיינט קומט דאס אין רעאקציע צו די פראפאגאנדע באלונען וואס די רעגירונג פון די דעמאקראטישע דרום לאזט כסדר אריבערפליען מיט באלונען צו צפון, ווי זיי פרובירן אויפצואווייזן פאר זייערע צפון קרובים זיי זאלן איבערווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג וואס הערשט איבער זיי מיט א שטארקע פויסט, און וואשט זייערע מוחות אז עס איז נישט פאראן קיין בעסערע ארט אויף דער וועלט ווי צפון קארעא און אז זייער פירער קום יאנג איז דער געטשעק וואס געבט זיי אלעס און זיי דארפן אים דינען געטריי.
די קאנפליקט צווישן קאמוניזם און דעמאקראטיע גייט נאך אן אין די קארעאס מיטן פולן קראפט, ווען ביידע זייטן האפן נאך איין צו צוריק צו פאראייניגן ביידע לענדער אונטער זייער מלוכה.
ביי די פרשה פון די מרגלים זעען מיר אז משה רבינו האט געהייסן די מרגלים בודק זיין די שטעט פון ארץ ישראל, און האט זיי געזאגט "אויב וואוינען די מענטשן אונטער גרויסע מויערן, דאס איז א סימן א זיי זענען שוואך, אבער אויב לעבן זיי אין אפענע שטעט, איז א סימן אז זיי זענען זייער שטארק", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז אויך היינטיגע צייטן, ביי ברסלב'ע חסידים האט מען אייביג אויסגעלערענט אז מען זאל לערנען אלע ספרים פון אלע צדיקים, פון אלע ערליכע אידן, הלכה ספרים, מוסר ספרים, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער, מוהרא"ש פלעגט זאגן "פארוואס זענען דא אזעלעכע וואס לאזן נישט אריינקוקן אין ברסלב'ע ספרים? דאס איז ווייל זיי ווייסן אז אויב מען קוקט אריין דערין וועט מען גארנישט זען דערין אויסער גילוי אלקות, עצות צו קענען זיין אן ערליכע איד, התחזקות אין אלע מצבים, און מען וועט זיך איבערצייגן אז די אלע לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט אויפן הייליגן רבין איז שקר. און ווען מען פרעגט די בעלי מחלוקת "האסט שוין געזען זיינע ספרים אז דו רעדסט קעגן זיי", וועט ער נאר קענען ענטפערן "מען טאר נישט אריינקוקן דערין", דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי דער סמ"ך מ"ם קען האלטן אידישע קינדער אין די טונקל, דורך זיך ארום נעמען מיט א הויכע מויער.
להבדיל די צפון קארעא רעגירונג פארקויפט גארנישט, אויסער הונגער און קרענק איז דארט גארנישט דא, זיי קענען נישט צוריק קעמפן קעגן דרום אויף די זעלבע וועג, די דרום רעגירונג האט נישט פון וואס מורא צו האבן, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען ווי די לעבן אויף דרום איז אסאך בעסער. אך און וויי אויב א צפון בירגער וועט זיך דערוואגן אויפצוהייבן א קארטל אדער א בלעטל וואס איז געקומען פון דרום, דער יעניגער מיט זיין גאנצע משפחה גייט אריין אין די ערגסטע תפיסות וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, דערפאר האבן זיי נעבעך נישט קיין אנדערע עצה נאר צוריק ווארפן שמוץ, א זאך פון וואס זיי האבן גענוג.