די דריטע וועלט מלחמה
כו תשרי תשפ"ז 📝
שאלה:
איך בין א בחור, יעצט בין הזמנים געפין איך זיך אינדערהיים און איך האב נישט קיין ישיבה. איך האב געעפנט א צייטונג און איך בין געווארן זייער דערשראקן; איך האב געליינט אז עס איז דא "אינסייד אינפארמעישאן" אז פוטין וויל אטאקירן די נאטא לענדער, אפילו אויב דאס וועט אנהייבן א דריטע וועלט מלחמה. איך טראכט א גאנצן טאג דערפון און איך האב זייער מורא. איז דאס אמת? איר שרייבט דאך די נייעס.
חיים
ענטפער פון גרשון קרעמער:
טייערער חיים, גוט אז דו פרעגסט. עס שטערט מיר אז דו זיצט אינדערהיים און דו עסט זיך אויף פאר שרעק.
אבער איידער איך ענטפער דיר, וויל איך דיר פרעגן א שאלה: ווייסטו אפשר פארוואס דער אייזל האט אזעלכע גרויסע אויערן?
מען זאגט א ווערטל, אז ווען אדם הראשון האט געגעבן נעמען פאר אלע חיות און בהמות, איז אויך דער אייזל געקומען פרעגן: "וויאזוי הייס איך?"
"אייזל!" האט אים אדם הראשון געזאגט.
דער אייזל איז אוועקגעגאנגען, אבער נאך א קורצע וויילע איז ער צוריקגעקומען: "ווי הייס איך? איך האב פארגעסן."
"אייזל!"
ער גייט ווידער אוועק, און קומט נאכאמאל צוריק: "ווי אזוי הייס איך?"
האט אים אדם הראשון אנגעכאפט ביי ביידע אויערן, זיי געצויגן און אים אריינגעשריגן אין אויער: "דו אייזל! הער שוין וואס מ'רעדט צו דיר!"
דערפאר, גייט דאס ווערטל, איז ער געבליבן מיט אזעלכע גרויסע אויערן...
פארוואס דערצייל איך די מעשה? ווייל א מענטש קען צומאל אויך זיין ווי דער אייזל. מען קען הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער ווען מען עפנט די צייטונג, פארגעסט מען אלעס. פלוצלינג איז פוטין דער בעל הבית; דער שרייבער אין צייטונג ווייסט אלעס, ער פארשטייט אלעס. און דער אייבערשטער? פון אים האט מען אינגאנצן פארגעסן.
פרעג איך דיר: דו ווילסט וויסן וואס עס טוט זיך אין פוטין'ס קאפ? דו ווילסט וויסן וואס עס גייט זיין? איך ווייס נישט וואס פוטין טראכט, און איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין. אבער אין דיין קאפ איז שוין יעצט דא א דריטע וועלט מלחמה! דו קענסט נישט עסן, דו קענסט נישט שלאפן, און דו קענסט נישט הנאה האבן פון בין הזמנים. מיט'ן ליינען די צייטונג דארפסטו שוין נישט ווארטן אז פוטין זאל עפעס אנווערטשאפטען. די צייטונג האט דיר שוין אריינגעברענגט די גאנצע וועלט מלחמה גלייך אין קאפ אריין.
אז דו ווילסט פאלגן דעם צדיק'ס עצה, מאך צו די צייטונגען. הער אויף צו ליינען די אלע שטותים. נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט דארפסטו ליינען. נעם ענדערש א ספר אדער א קונטרס וואס רעדט פונעם אייבערשטן, פון אמונה און בטחון. ליין א מעשה פון א צדיק, לערן א בלאט גמרא, גיי ארויס אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן.
זאג אים יעצט: "אייבערשטער, איך האב מורא. איך פארגעס אז דו פירסט די וועלט. העלף מיר געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט. גיב מיר אמונה, כדי איך זאל קענען לעבן רואיג און פרייליך."
אמונה מיינט נישט אז איך ווייס וואס עס וועט געשען מארגן; אמונה מיינט אז אויך מארגן וועט דער אייבערשטער זיין דער בעל הבית. איך דארף נישט וויסן קיין עתידות כדי צו קענען לעבן היינט.
טייערער חיים, זיי נישט קיין אייזל. הער וואס מען זאגט דיר: די וועלט האט א בעל הבית! ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט דעם, לעבט ער א חיים טובים.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.