דריטע פארטיי קאנדידאט קענעדי ציעט זיך ארויס און אינדארסירט טראמפ פאר פרעזידענט
כא אב תשפ"ד 📝
אין די סעריע פון שטוינענדע נייעס אין די אמערקאנער פרעזידענטליכע פארמעסט, האט דער געוועזענער דעמאקראט און ביז יעצטיגער זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט קענעדי דזשוניאר געמאלדן אז אזוי ווי ער אנערקענט אז ער וועט סיי ווי נישט זיגן אינעם פארמעסט, טוט ער זיך אנשליסן מיט טראמפ און מוטיגן זיינע וויילער זאלן אים העלפן אריינוועלן אינעם ווייסן הויז.
ער האט געזאגט אז כאטש ער איז אלץ געווען א דעמאקראט, זעט ער אז ער טרעפט זיך איינשטימיג מיט'ן רעפאבליקאנער טראמפ אסאך מער ווי מיט'ן דעמאקראטישן טיקעט, וואס ער זאגט איז שוין לאנג אוועקגעגאנגען פון די אריגינעלע ווירדן וואס די פארטיי האט געדארפט פארשטעלן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.
מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו פאלן דערפאר, עס קען אונז אויסזען כאילו מיר דארפן שאלן מיט די רעכטע אדער קאנסערוואטיווע, אבער ווי דער ראש ישיבה שליט"א שטעלט אונז קלאר איז יעדער גוי לינקס. עס איז נישט קיין רעכטע גוי אדער לינקע גוי, יעדע גוי אפילו די מערסט רעכט איז זייער ווייט לינק. מיר גלייבן אז מיר זענען דער אויסדערוועלטער פאלק פון באשעפער, "אשר בחר בנו מכל עם", גיי זיי עס מסביר פאר א גוי... מיר האבן באקומען א תורה, מיר גלייבן אין משה רבינו אין אלע נביאים און אין אלע צדיקים ביז היינט. מיר וועלן גיין אין פייער פאר הייליגן באשעפער, און זיך מוסר נפש זיין צו גיין אין זיינע וועגן. די אלע באגריפן קען נישט א רעכטע אדער א לינקע גוי פארשטיין... מיר געהערן צו אן אנדערע פארטיי, ניטאמאל צום אינדעפענדענט פארטיי. מיר געהערן צום אויבערשטן, עס קומט שוין אט חודש אלול, וואס איז ראשי תיבות אני לדודי ודודי לי, מיר וועלן אויס אינעם איין איינציגן באשעפער, און ער וועלט אויס אונז, מיר געהערן צו זיין פארטיי.
טראמפ אדער ביידען - אנטשולדיגט העריס - וועט מן הסתם ווערן פרעזידענט אין אמעריקע, אבער וואס וועט זיין מיט דיר? אז דו וועסט זיך נישט אננעמען פאר דיר, וועסט בלייבן שמועסן אין די נאכט אריין די "גרויסע נייעס" ווער עס אינדארסט וועם, און צי די אנקעטעס זענען פארלעסליך אדער נישט, וועסטו בלייבן אויסגעשפילט. דו דארפסט געדענקען אז דו האסט א ווייב און קינדער, דו דארפסט ברענגען פרנסה אין שטוב, ווייל אזוי האט דער אויבערשטער באפוילן, און עס איז א שאד זאלסט ארבעטן פאר די קאמפיינס אומזיסט, בשעת דו קענסט אריינכאפן א בלאט גמרא, א פרק משניות, אדער פשוט אויסהערן דיין ווייב ווי זי פארציילט וואס זי האט היינט געהאט מיט איר שוועסטער, און פארוואס עס באדערט איר. דאס און נאר דאס וועט דיר צוניץ קומען לאורך ימים אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו