דריטער באנד "לייט אף אמונה" מהדורת אונגאר - ארויס פון דרוק
יז כסלו תשפ"ה 📝
נאכפאלגנדיג די געוואלדיגע הצלחה פון די ערשטע צוויי בענדער, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, ערווארט מען אין די טעג דער דריטער באנד לייט אף אמונה. מען הערט צוריק גריסן פון די וואס האבן געלערנט די פריערדיגע בענדער אז זיי קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם נייעם באנד.
די הערליכע ספרים "די לייט אף אמונה" - איז אן איבערזעצונג אין ענגליש פונעם הייליגן ספר "עצתו אמונה" וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.
ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען דערין, דארף מען שוין נישט צופיל מער ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן.
די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.
יעצט איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז אין די טעג איז פארטיג געווארן דער דריטער באנד, וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת אונגאר" אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה בניהו אונגאר הי"ו, מחשובי אנשי שלומינו, וואס האט זוכה געווען אפצוקויפן דעם זכות פון דעם באנד.
Light of Emunah, Volume III – Ungar Edition Now Released!
Following the tremendous success of the first two volumes, which became bestsellers and were warmly embraced by English-speaking Jews worldwide, the much-anticipated third volume of Light of Emunah is now available. Readers who were deeply moved by the earlier volumes have eagerly awaited this continuation.
This magnificent work, Light of Emunah, is the English translation of Atzoso Emunah. For anyone who has had the privilege of studying from this holy sefer, no further explanation is needed. Within its pages, readers find practical and insightful answers to life’s challenges and doubts, addressing the struggles that many face. The Rosh Yeshiva responds to questions with profound wisdom and clarity, offering guidance rooted solely in Torah, Chazal, and the teachings of our holy Rebbe and his devoted Talmidim. These teachings have been transmitted to us by Mohorash, with unparalleled dedication.
The letters contained in this sefer have illuminated the lives of countless Jews, saving many families from spiritual and material collapse. They have uplifted sincere individuals, providing them with guidance on how to strengthen their bond with Hashem. Whether it’s through taking a walk and pouring out one’s heart to the Creator, following the sweet advice of Seder Derech Halimud, or committing to daily study of Gemara and Mishnayos, this sefer has brought thousands closer to Hashem and His holy Torah.
Every day, Jewish homes are transformed by the practical guidance within these pages. Families find peace and harmony when they embrace the teachings and adopt the recommended daily "dosage" of self-reflection and advice. These letters remind readers to cultivate patience, speak kindly to their spouses and children, and never lose hope.
We are thrilled to announce the release of the third volume, which will bear the title Ungar Edition in honor of R’ Binyahu Ungar, a distinguished supporter of our work, who merited the privilege of sponsoring this edition.
May this new volume continue to illuminate and inspire the lives of its readers!