די וואך פרשת בשלח ווערט אפגעצייכנט א געוואלדיגע דערגרייכונג אין די ביוראען פון די ברסלב'ע "בלעטל" צייטונג. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען איז אנגעקומען צום ציפער פון 300 אויסגאבעס. דאס באדייט גאנצע דריי הונדערט וואכן פון שרייבן, רעדאגירן, אויסשטעלן און דרוקן די גאר רייכע און אינהאלטספולע תוכן, וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך אונזערע העכסט טאלאנטפולע שרייבער.
 
איינע פון די שטערקסטע נקודות ביי מוהרא"ש זי"ע איז געווען הפצה. סיי דער היילגער רבי, און סיי רבי נתן שרייבן אסאך דערוועגן; און מבשרי אחזה, רוב פון אנשי שלומינו ווען זיי דערציילן וויאזוי זיי זענען נתקרב געווארן צום רבין, איז דאס געווענליך דורך א מפיץ; זיי האבן באקומען א קארטל, א קונטרס, א ספר, א סידי אדער א גליון, און ווי מען זאגט נאר, "רעסט איז היסטערי".
 
מיר אלע געדענקען ווי מען האט זיך געמוטשעט און געפלאגט מען האט געזוכט און גענישטערט נאך עפעס וואס זאל זעטיגן אונזער נשמה. מיר זענען געווען פארלוירן און דערביטערט, ביז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונטערגעשיקט א שיעור, א ניגון, אדער סיי וואס אימער וואס האט אונז געגעבן די זכיה צו פארזוכן דעם 'אונגארישן וויין'. פלעגט מוהרא"ש אונז פארהאלטן "פארוואס זאלט איר נישט טראכטן פון א צווייטן?" ער האט שטענדיג געפאדערט אז מיר זאלן נישט זיין סעלפיש, נאר מיר זאלן ארויסהעלפן אנדערע אידן געפינען דעם צדיק וואס לערנט זיי אויס צו זיין פאזיטיוו, צו זען די אייגענע מעלות, קוקן שיין אויף א צווייטן, און וויאזוי צו טרעפן א ריכטיגע צופרידנקייט אינעם לעבן.
 
דאס איז די סיבה פארוואס דער ראש ישיבה טוט די אלע פעולות, ווי דאס דרוקן ספרים, קונטרסים און גליונות; ארויסגעבן סי-די'ס; אויפשטעלן וועבסייטס; פארלערנען שיעורים אין אלע מקוצועות, מען מאכט ניגונים, מוזיק ווידיאס און קארטלעך, און נאך פילע אנדערע הפצה אקטיוויטעטן. און דאס איז אויך פארוואס אונזער אויסגאבע איז געגרינדעט געווארן. נישט יעדער איינער קען באקומען חיזוק אויפן זעלבן וועג; עס זענען דא אזעלכע וואס דארפן א האט-ליין, אבער אנדערע דארפן דווקא א משפחה מאגאזין פיל מיט ארטיקלען און בילדער.
 
אבער דא איז דא נאך א וויכטיגע סיבה: אסאך אויסגאבעס, אפילו היימישע זענען פיל מיט נארישקייטן און ליצנות וואס איז שעדליך צו ליינען, ווייל עס קען אפקילן א מענטש'נס תמימות און אמונה. דערפאר בעט דער ראש ישיבה אז מ'זאל נישט אויסהערן קיין פאדקעסטס אדער נישט אריינעמען קיין ליין מאטריאל. און דער חלל טוט דער דאזיגע אויסגאבע אויספילן בסייעתא דשמיא. מען ווייסט אז מען האט אן אויסגאבע וואס מען קען אריינברענגען אין שטוב מיט א רואיגקייט, וויסנדיג אז דאס ווערט געשריבן דורך ערליכע אידן, תלמידי היכל הקודש, וואס שרייבן נאר איבער איין זאך: אמונה, תפילה, יראת שמים און גוטע מדות.
 
 
מיט'ן אויבעשטענ'ס הילף האפט די רעדאקציע צוצולייגן אלס מער און מער שיינע און געשמאקע תוכן.