🍲 דריי יאר פון בית התבשיל היכל הקודש שטילערהייט אן קיין פאמפע
כו שבט תשפ"א 📝
שוין גאנצע דריי יאר וואס צוויי טייערע אינגעלייט מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו האבן גענומען אויף זיך די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און אנפירן דעם בית התבשיל היכל הקודש. אן קיין רעש טוען זיי יעדע וואך צוזאם שטעלן דאס געלט און צושטעלן עסן און טרונקען בהרחבה וואס זאל זעטיגן און מחיה זיין אלע הונגעריגע.
דער בית התבשיל ברענגט יעדע ערב שבת קודש נאכמיטאג אין בית המדרש באקסעס אנגעפילט מכל טוב וטוב לכבוד שבת, וואס כל דכפין קען אהיים נעמען אין שטוב. אין דעם איז אריינגערעכעט פרישע חלות, געקאכטע פיש און פלייש, פרישע קעיק, פיינע קוגל, און געשמאקע דיפס לכבוד שבת קודש.
אינמיטן די וואך ברענגט דער בית התבשיל פיינע פרישע זופ, פלייש, גרינצייג, ברויט און נאך פילע פראדוקטן אז ווער עס דארף זאל קענען נעמען פאר זיך און די משפחה אז עס זאל גארנישט פעלן אין שטוב.
עקסטער שיינט ארויס דער ספעציעלער פראיעקט פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב". זיי שטעלן צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. אינעם ארדער ליגט אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת. גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת.
פאריאר האט דער ראש ישיבה מנדב געווען א פריזער פארן בית התבשיל פאר א זכות אז זיין זון אלחנן זאל טרעפן א גוטע שידוך, און ב"ה נאך א קורצע צייט, האט מען געשלאסן דעם שידוך בשעה טובה ומצלחת.
מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע.
דרוקט דא צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.
יאכלו ענוים וישבעו
🌆 לעצטיגע בילד פונעם בית התבשיל