די דריי שולן פון היכל הקודש אין קרית יואל וועלן בעז"ה זיין אפן קומענדיגן יום טוב הבעל"ט
ב סיון תשע"ט 📝
קרית יואל. – אין א מודעה וואס קהילת היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל האט ארויסגעשטעלט ווערט געמאלדן אז אלע דריי בתי מדרשים פון היכל הקודש אין קרית יואל והגלילות וועלן בעזרת השם זיין אפן צום דינסט פונעם ציבור אנ"ש און געסט אויף אלע תפלות פון גאנץ יום טוב שבועות הבעל"ט בעז"ה.
די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען באקאנט אין די גאנצע שטאט, פאר א פלאץ ווי יעדע איד קען אריינקומען פאר א געשמאקע שבת קודש דאווענען, בפרט איז באקאנט די חיזוק דיבורים וואס ווערט געהערט יעדע שב"ק ביי סיפורי מעשיות נאך שחרית און ביי שלש סעודות. ווי מ'זעט יעדע וואך פילע אידן פון די גאנצע שטאט און אזוי אויך שכנים, אדער געסט קומען אלץ כסדר, וויסענדיג אז דא איז די פלאץ ווי מען וועט בעז"ה הערן חיזוק עצות און הדרכה אויף צו קענען אנגיין ווייטער בעז"ה, און זיך שטארקן אויף אלע שוועריקייט אין לעבן, און געדענקען אז ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן האט מען א זיסע לעבן.
די סדר פון שב"ק וועט זיין ווי יעדע שבת קודש, אויסער אז שלש סעודות וועט מען נישט עסן אין ביהמ"ד, און מען פירט זיך צו צוטיילן די סעודה פון שב"ק בייטאג.
צו מנחה שב"ק נאכמיטאג וועט מען אי"ה קומען אום 9:00, און דערנאך מעריב. די בתי מדרשים וועלן בעז"ה זיין אפן צו זאגן "תיקון ליל שבועות" א גאנצע נאכט.
דער ערשטער טאג שבועות וועט מען בעז"ה דאווענען כותיקין אום 4:25, און אין ביהמ"ד אויף העיס קאורט וועט מען היי יאר נישט דאווענען ותיקין נאר מען וועט דאווענען אי"ה 10:30, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטעלט א מילכיגע קידוש.
מנחה דער ערשטער טאג יו"ט וועט בעז"ה זיין אום 8:45.
שחרית דער צווייטער טאג וועט זיין אום 10:00. דער צווייטער טאג יום טוב נאכמיטאג וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען אום 8:30 צו מנחה און נעילת החג.
ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד.