"אחוות תורה" איז א נעץ פון צענדליגער כוללים פאר ארבעטס אינגעלייט אין די לענג און די ברייט פון ארץ ישראל, וואו מ'לערנט אינאיינעם גמרא און הלכה. אין יעדער בית מדרש איז דא א ראש הכולל וואס איז אחראי אויפן פלאץ. די כוללים נעץ איז געגרינדעט געווארן צו לעזן צו דעם פּראָבלעם אַז אסאך אינגעלייט וואס זענען געגאנען ארבעטן, האבן אינגאצן איבערגעלאזט די גמרא. און שטעלט צו פארן ציבור אַרבעטס-אינגעלייט אַ וואַרעמער פלאץ צו קענען שטייגן אין תורה און יראת שמים.
יעדעס יאר מאכט דער חשובער ארגאניזאציע א גרויסער מסיבה, ווי רבנים און בעלי דרשנים זענען מחזק זיין דעם ציבור אינגעלייט צו ווייטער אנגיין און לערנען תורה טראץ זייערע גרויסע טירדות פון פרנסה א.א.וו.
היי יאר איז אראפ געקומען צום ראש ישיבה א דעלעגאציע פון די הנהלה פונעם ארגאניזאציע, און געבעטן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אזוי ווי זיי און אסאך אינגעלייט נעמען זייער חיזוק און חיות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט פון די חיזוק יומי המתורגם וואס ווערט געהערט דורך טויזנטער אין ארץ ישראל, און די אינגעלייט ווילן אז דער ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער זיי מחזק צו זיין ביים היי יאריגן מסיבה. דער ראש ישיבה שליט"א אנגענומען זייער פארלאנג און האט טאקע געזאגט א שיינע דרשה, וואס איז אויפגעשפילט געווארן ביים גרויסן מסיבה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם י"ז סיון העעל"ט אין ירושלים, וואו איבער הונדערט טויזנט אידן האבן זיך באטייליגט, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק און מעודד געווען אז תורה היילט אויס פון אלע שמוץ וואו מ'איז נאר אריינגעפאלן ר"ל, און אויך געט עס א חן פאר א מענטש, אז זיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
 דרשה