ה' אייר און די מלחמה קעגן די אפיקורסים פון יעדן דור
ה אייר תשפ"ו 📝
מיט גענוי צוויי הונדערט און זעכצן יאר צוריק פונעם היינטיגן טאג — דאס מיינט אום ה' אייר שנת תק"ע — האט דער הייליגער רבי זי"ע זיך אריינגעצויגן אין דער שטאט אומאן, וואס איז דאן באטראכט געווארן אלס א צענטער פון משכילים. עס זענען געווען נאך צדיקים וואס האבן פריער פרובירט זיך אהין צו ציען — אריינגערעכנט דער הייליגער קדושת לוי פון בארדיטשוב זי"ע און דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה זי"ע — אבער זיי האבן דארט נישט געקענט בלייבן צוליב די שטארקע רדיפות פון די משכילים.
די גאנצע השתלשלות וויאזוי דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן ווערט באריכות פארציילט אינעם ספר הקדוש פעולות הצדיק (אנגעהויבן פון סימן תתקל"ג). דארט ווערט געברענגט וויאזוי דער הייליגער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אומאן מיט אן אש קודש, אינאיינעם מיט זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע, מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשאלטענע השכלה וואס האט דאן פארכאפט פילע אידן. דער רבי האט מיט זיין גרויס קדושה און חכמה באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע מעשה באריכות.
אינעם ספר פעולת הצדיק (סימן תתקל"ה) ווערט געברענגט, אז אויפן וועג איז דער רבי געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר. היינט, ווען מען האלט שוין איבער זיבעציג יאר וואס כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט אונז באטראפן, קען זיין אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט. קוים עטליכע יאר נאכדעם וואס דער נאצישער שלאנג האט פיזיש אומגעברענגט מיליאנען אידן על קידוש השם, האט אונז באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אינעם טאג פון ה' אייר, וואס האט שוין ליידער אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן, רחמנא ליצלן.
דערפאר איז היינט אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האבן נאך ביזן היינטיגן טאג דעם כח ארויסצונעמען די השכלה און די אויבער-חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינצולייגן אין אונז א קלארע אמונה אינעם אויבערשטן, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דעם כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דעם גרעסטן עובד אדער בעל מדרגה ער זאל זיך קענען באהעפטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש צו דינען דעם באשעפער; און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים, און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסער רחמנות, ווי שטארק ער האט אונז ליב אלס "השוכן אתם בתוך טומאותם". דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו.