אין די יעצטיגע טעג האט בי-פעי (ברסלב פעי) דערגרייכט 100,000 דאלער אין סך הכל נדבות וואס דער סיסטעם האט שוין געגעבן פאר די פילע קאמפיינס וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם סיסטעם.
 
אין די יעצטיגע טעג, האט מען צוגעלייגט א גאר גוטע פיטשער צו האלטן חשבון פון די מעשר באלאנס. דער געדאנק איז געקומען פון דער מלמד החשוב הר"ר הערשי שניטצלער שליט"א, און איז דעוועלאפט געווארן דורך מו"ה משה ראזענבערג הי"ו אויף גאר א גוטע וועג.
 
איבער 200 אידן האבן זיך שוין איינגעשריבן אינעם סיסטעם און האבן שוין געעפענט אן אקאונט, איבער 2,000 נדבות זענען שוין געגעבן געווארן דורך בי פעי. און איז לעצטענס געווארן שטארק פארנומען.
 
דער וואס האט נאך נישט קיין אקאונט, דארף שיקן א טעקסט join צו 845-385-2400, און נאכפאלגן די אנווייזונגען וואס דער סיסטעם בעט.
 
דער נייער פיטשער מעשר, הייסט אויפן סיסטעם ma (אדער maaser), און דערנאך דארף מען שרייבן דעם סכום וויפיל געלט מען וויל צולייגן צום מעשר. 
 
צום ביישפיל איינער האט פארדינט $1,150 און דארף געבן $115 פאר מעשר, שיקט ער א מעסעדזש 
ma 115
און ביפעי גייט וויסן אז ער איז שולדיג $115 דאלער פאר מעשר. אויב מארגן פארדינט ער $600, שיקט ער א מעסעדזש
ma 60
און דער סיסטעם רעכענט צו דאס געלט צו די פריערדיגע סכום, און גייט וויסן אז ער איז שולדיג $175 דאלער פאר מעשר.
 
אויב דערנאך געסטו $20 פאר צדקה (אויסער די ביפעי סיסטעם) שרייב אריין
ma -20
דאן גייט דער סיסטעם אראפ רעכענען 20 דאלער פונעם חשבון, און ער גייט וויסן אז יעצט ביסטו שולדיג $155 פאר מעשר.
 
אויב מען נוצט דעם סיסטעם צו געבן א נדבה פאר איינע פון ביפעי'ס קאמפיינס (שרייב list צו וויסן אלע קאמפיינס), וועט דער סיסטעם אויטאמאטיש אראפ רעכענען דעם נדבה פון דיין מעשר חשובן.
 
אויב דו ווילסט וויסן וויפיל געלט ביסט שולדיג פאר מעשר דארף מען בלויז שרייבן ma און וועסט באקומען א ריפליי מיט די חשבון וויפיל געלט ביסט שולדיג
 
פאר סיי וואס פארא הילף מען דארף צו נוצן קען מען שיקן דאס ווארט help, און דו וועסט באקומען אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען מער אנווייזונגען פאר די פארשידענע אפציעס וואס מען קען טון אויפן סיסטעם.
 
א וויכטיגע נאטיץ, אלעס איז גאר שטרענג פריוואט, דער גבאי פונעם קאמפיין באקומט א טעקסט בלויז דעם נאמען און די סכום וואס דו האסט געגעבן.
 
מען קען הערן פארשידענע גוטע אפציעס אויפן קול ברסלב האטליין פאר מער גוטע פיטשערס און אפדעיטס פונעם בי פעי סיסטעם אויף די אינטערוויוס אפטיילונג.