האָמיאָפּאַטישע מעדיצין
כא אלול תשפ"ה 📝
שאלה: לעצטענס האט א געוויסע נאטורליכע דאקטער געגעבן א האָמיאָפּאַטישע מעדיצין פאר מיין ווייב, מען האט מיר געזאגט אז איך זאל אכטונג געבן עס נישט צו לייגן נעבן א מאביל טעלעפאן (סעלפאון).
איך בין נייגעריג, וואס מיינט האָמיאָפּאַטישע מעדיצינען? קען מען דאס בכלל געטרויען?
יחזקאל שגרא ג.
ענטפער: האסט אנגעכאפט א האקעלע שאלה. נאטורליכע רפואות קען מען דאס געטרויען אדער נישט?
צוערשט לאמיר זען וואס וואס איז דאס האָמיאָפּאַטישע מעדיצין. דאס דארף צו הייסן אז עס איז געבויט אויף די געדאנק אז זאכן וואס קענען ברענגען די פראבלעם אין געזונטע מענטשן, דארפן צו קענען היילן די זעלבע פראבלעמען אין קראנקע מענטשן.
מען נעמט דעם פראדוקט (צו ביישפיל א געוויסע בלעטל) וואס מען וויל געבן פאר'ן קראנקן, און מען מישט עס אויס מיט אלקאהאל אדער וואסער, אסאך מאל מישט מען נאכדעם אויס די געמיש ווידער מיט וואסער נאך עטליכע מאל, ביז עס בלייבט געווענליך נישט איבער אינעם געמיש גארנישט אויסער די וואסער אדער אלקאהאל. דערנאך מישט מען עס אויס, מען שאקעלט עס אויף, דאס דארף אויף עפעס א וועג "אויפוועקן" דעם בלעטל, עס זאל קענען היילן, טראצדעם וואס עס איז שוין גארנישט דא יעצט פונעם בלעטל. דאס דארף צו היילן דעם מענטש.
וויבאלד די האמיאפאטישע מעדיצינען זענען נישט שעדליך (זיי האבן גארנישט מער ווי טראפעלעך וואסער אדער אלקאהאל), קענען זיי צומאל העלפן אלץ א פלאסיבא עפעקט. אבער עס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה זיך צו פארלאזן דערויף זיך צו היילן דערפון. עס איז נישטא קיין שום באווייזן אז זיי העלפן עפעס מער פון א פלאסיבא עפעקט (וואס מיינט, אז אמונה האט א גרויסע כח).
מיר חסידי ברסלב דארפן נישט צוקומען צו די "אומשעדליכע" האָמיאָפּאַטישע מעדיצין, מיר האבן אונזער אייגענע עפעקטיווע האָמיאָפּאַטישע מעדיצינען. דער רבי לערנט אונז צו בעטן דעם אויבערשטן יעדע זאך, און מיט די כח פון תפלה און אמונה (וואס איז אייגענטליך די זעלבע זאך) זעען מיר טאג טעגליך גרויסע נסים.
דאס וואס מאנכע לויפן צו אלטערנאטיווע מעדיצינען ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל זייער אכטונג געבן פון גיין צו דאקטורים (שיחות הר"ן, סימן נ). שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אז דער רבי האט אויך געזאגט "אז מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צו גאר א גרויסן דאקטער"; דאס הייסט, מען זאל נישט גיין צו א דאקטער וואס לערענט זיך יעצט וכו', נאר צו א דאקטער וואס האט שוין לאנגע יארן עקספירענס.
דאס איז טאקע נישט דיין שאלה, אבער דא איז אין פלאץ אראפצברענגען וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דערוועגן. מען קען זען דא די גאנצע ברייוו אויף א שאלה וואס איינער פרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א וועגן וויטאמינען און נאטורליכע מעדיצינען, און דער ראש ישיבה שרייבט דארט בתוך הדברים "מען דארף זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס זאגן מען זאל נישט גיין צו קיין דאקטורים. מיר קענען נישט זיין קלוגער פון די תורה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס.): אויפן פסוק (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" – מִכַּאן שֶׁנִתְּנָה הַתּוֹרָה רְשׁוּת לְרוֹפֵא לְרַפְּאוֹת; נאך זאגן חז"ל (סנהדרין יז:): "עִיר שֶׁאֵין בּוֹ רוֹפֵא, אֵין תַּלְמוּד חָכָם רַשַׁאי לָדוּר בְּתוֹכָהּ", מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס איז נישט דא קיין דאקטער."
אויך שרייבט דער ראש ישיבה דארט אז "מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז אין אומאן האט געוואוינט א גרויסער ערליכער איד אן אייניקל פון רבי'ן, ער איז געווען א משפיע און פלעגט פארלערנען וכו', זיין גאנץ לעבן פלעגט ער רעדן קעגן גיין צו דאקטורים און ווען ער איז עלטער געווארן איז נישט געווען קיין איין דאקטער וואו ער זאל נישט האבן געווען; זעט מען אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון זאגן פאר א צווייטן נישט צו גיין צום דאקטער. און אודאי אז מען גייט צום דאקטער דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט זיין קיין דאקטער וואס האלט זיך אינמיטן לערנען נאר א דאקטער מיט אסאך ערפארונג.
ווען מען גייט צום דאקטער דארף מען פאר דעם בעטן דעם אייבערשטן און געבן צדקה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): נאכדעם וואס מען געבט א פדיון פאר א צדיק קען מען גיין צום דאקטער, עיין שם.
מוהרא"ש זאגט אז פאר מען גייט צום דאקטער זאל מען לערנען די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג), געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שיקן א גוטער דאקטער און מען זאל האבן א רפואה שלימה."
שניתן רשות לרופא לרפאות
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער אדער צו שיקן א שאלה,
קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447,
אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.