האנט שפראך
יג אב תשפ"ה 📝
שאלה:
א גוטן ר' גרשון.
צום ערשטן וויל איך אייך באדאנקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. עס איז אזוי געשמאק צו ליינען אייערע ארטיקלען - אזוי רייך אין תוכן, און אזוי לעבעדיג מיט די רבינ'ס עצות. אסאך מאל ליין איך געדאנקען וואס איך האב שוין געהערט פון פריער, אבער ווען איך ליין עס אין אייערע ארטיקלען, האט עס א פרישע באדייט.
יעצט צו מיין שאלה: לעצטענס האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "א מחי' א גרויסע משפחה" אינעם ווינקל אונטן אויף די רעכטע זייט, זעט מען א אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט די הענט. איך קען באשטיין צו וויסן וואס דאס מיינט? וואס טוט ער דארט, און וואס פרובירט ער ארויסצוברענגען?
נאכאמאל א גרויסן ישר כח, זאל דער אויבערשטער העלפן זאלסט ווייטער האבן כח אריינצוברענגען אמונה אין אידישע הערצער.
י. הורוויץ, לאנדאן הבירה
ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' יחיאל פאר אייערע ווארימע ווערטער.
דאס וואס איר האט געזען אינעם ווידיא איז "האנט שפראך" (סיין לענגוויטש), דער אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט זיין הענט איבערצוטייטשן די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אויך די וואס קענען נישט גוט הערן, זאלן אויך קענען הנאה האבן פון דעם ניגון, און באקומען די גוטע זיסע עצות פונעם הייליגן רבי'ן.
דאס איז בעצם דאס וואס דער הייליגער רבי טוט מיט אונז אלע. א מענטש קען טראכטן, מילא די גרויסע צדיקים, זיי האבן געלעבט פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט'ן אויבערשטן, זיי האבן "מיחד געווען יחודים", זיי האבן געהאט א גוטע לעבן. אבער איך, איך ווייס דאך זייער גוט ווער איך בין, איין מינוט שפיר איך וויל איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און וויל זיין גוט, איך ווייין זיך אויס צום אויבערשטן; און א מינוט שפעטער, פאל איך אראפ. איך שפיר מיך ווי אזא דורכפאל, אזא גארנישט; און דער סמ"ך מ"ם מאכט אונז טראכטן אז עס איז א שאד די ארבעט, איך וועל שוין חלילה ממילא נישט זיין אן ערליכער איד.
און טאקע פאר דעם קומט דער רבי אריין אין בילד. טאקע אונז מיינט מען.
האסט שוין אמאל פרובירט צו געבן אן עפל פאר א בעיבי? עס איז דאך אזוי געזונט, אזוי געשמאק! ניין, ווייל זיי קענען נישט עסן א גאנצע עפל. ער קען זיך חלילה דערשטיקן דערמיט. וואס טוט מען? מען נעמט דעם שיינעם געשמאקן און געזונטן עפל, מען שיילט עס אפ, מען צושניידט עס, מען לייגט עס אריין אין א בלענדער, מען צומאלט עס גוט, אה מחי', פיינע פרישע עפל סאוס, דער קליינער איז זיך מחי' דערמיט, ער לעבט אויף.
מיר זענען אויך אזוי. מיר ווילן אויך זיין צוגעקלעבט צום אויבערשטן ווי די גרויסע צדיקים, אבער אויב רעדט מען צו אונז א שפראך פון שמות, קבלה, מדריגות, דביקות, התעוררות, און אפילו התבודדות - קען עס נישט יעדער נעמען, מיר זענען צו ווייט דערפון. קומט דער הייליגער רבי, מיט זיינע תלמידים, דער היילגער רבי נתן, מוהרא"ש זי"ע און היינט דער ראש ישיבה שליט"א, און לייגן עס אריין אין אונזער מויל צומאלן ווי עפל סאוס.
דער רבי רעדט צו אונז פשוטע ווערטער: דער אויבערשטער איז דא, ער וויל דיך העלפן, ער קען דיך העלפן, דארפסט פלעין עפענען דאס מויל. ווען דו פארסט אויפן וועג און דו האסט א שכן נעבן דיר פאר עטליכע שעה וועסטו רעדן צו אים? דער אויבערשטער איז מיט דיר טאג איין טאג אויס, רעד צו אים, פשוט אזוי, פונקט ווי דו וואלסט גערעדט צו דיין חבר.
* * *
פרייליכע נייעס!
גרשון קרעמער האט שוין א טעלעפאן נומער. פון יעצט און ווייטער, קען מען שוין שיקן וואויס מעסעדזשעס און טעקסט מעסעדזשעס צו אונזער נייע טעלעפן נומער.
845-445-7447
דער טעלעפאן ווערט נישט אויפגעהויבן, מען קען בלויז לאזן מעסעזשעס. און די וואס גלייכן בעסער אימעל, וועט מען ווייטער קענען שיקן שאלות אויף אימעיל אויף askgershon@gmail.com.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!