האנטער ביידען קורופציע סקאנדאל
כב כסלו תשפ"ד 📝
די סקאנדאל האט זיך אנגעהויבן דורך אן ארטיקל אין א ניו יארקע צייטונג וואס האט פארעפענטליכט אימעילס געפונען אויף א לעפטאפ וואס האנטער ביידען האט איבערגעלאזט ביי א קאמפיוטער געשעפט עטליכע יאר צוריק. דאס האט פאסירט הארט איידער די עלעקשאנס מיט דריי יאר צוריק, וואס דאן האט די מידיע - וואס איז שטארק לינק געשטימט - דערשטיקט די געשיכטע, מיטן ציל אז טראמפ זאל עס נישט קענען נוצן אין זיין פארמעסט קעגן ביידען, און האט אנשטאט דעם נאך מהפך געווען קערה על פיה זאגענדיג אז די גאנצע געשיכטע - וואס האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה אלץ וואר - איז נישט מער ווי "רוסישע פראפאגאנדע" וואס זוכט אז טראפ זאל געווינען.
האנטער ווערט באשולדיגט אין באקומען באצלאט שווערע מיליאנען פון די אוקריינישע בוריסמא פירמע בשעת ער האט גארנישט געטון פאר זיי, אויסער שתדלן ביי זיין טאטן אלץ וויצע פרעזידענט פון אמעריקע אונטער באראק אבאמא לטובת די פירמע. אין די טעג קומען ארויס באווייזן אז האנטער האט געשיקט כסדר באצאלונגען דירעקט צו זיין טאטענ'ס באנק אקאונט, נוצנדיג פארדשידענע דריידלעך מען זאל נישט זען פון וואו עס קומט.
וואס א טאג מער זעט עס אויס אלץ מער און מער ווי האנטער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף הארבע קלאגעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן קלאגעס קעגן דעם פרעזידענט אליינס. דאס ברענגט ארויס דעם לימוד פון סוף גנב לתלי', א מענטש מיינט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אויבערשטן, אבער צום סוף אויב א מענטש טוט נישט תשובה ח"ו, איז עס גרויסע בזיונות.
אבער פון די אנדערע זייט איז דא א סארט גניבה וואס איז דווקא יא געראטן. דאס איז ווען א מענטש גנב'עט צייט צו לערנען, ער האט נישט קיין צייט, ער קען נישט לערנען, אבער ער גנב'עט ארויס א מינוט דא, א מינוט דארט, און מיט דעם דערהאלט ער זיך דאס חיות, ער זאל קענען בלייבן מחובר צום אויבערשטן. אויב יעדע גניבה זעט דער אויבערשטער איז כל שכן די סארט גנבות וואס א מענטש כאפט זיך ארויס מינוטקעלעך צום לערנען, וואס פארא שכר עס ווארט אים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.
דער רבי טייטש "קבעת עתים לתורה" אז מען וועט פארהאלטן א מענטש נאך די הונדערט און צוואנציג פארוואס ער האט נישט כאטש "געגנבעט" אפאר מינוט צו תורה. אפילו מען האט נישט קיין צייט, אבער דא מעג מען און דארף מען גנב'ענען.