גרשון קרעמער
 
אין די טעג זענען מיר אריינגעטרעטן אין דעם יערליכן האריקעין סעזאן, וועלכער לויפט צווישן די חדשים פון יוני ביז נאוועמבער למספרם. אין גוטע נייעס, זאגט די NOAA (די וועטער אגענטור פון די אמעריקאנער רעגירונג) פאראויס פאר דעם יאר תשפ"ו א נידריגערע האריקעין סעזאן ווי געווענליך. דאס איז אנדערש ווי אין די לעצטע צען יאר, וואס זיי האבן יעדעס יאר פאראויסגעזאגט א מער אקטיווע סעזאן.
 
לויט זייער יעצטיגער שאצונג, וועלן זיין בלויז צווישן 8 און 14 שטורעמס וואס וועלן באקומען א נאמען. (ווען א סיסטעם אנטוויקלט זיך אלס א טראפישער שטורעם, געבן זיי א נאמען פאר'ן שטורעם; למשל, צווישן די האריקעינס וואס אסאך וועלן געדענקען, ציילן זיך "האריקעין סענדי" אדער "האריקעין איירין". די סיבה פארוואס מען געבט א נאמען איז פשוט צוליב פראקטישקייט, מען זאל גרינג קענען אידענטיפיצירן פון וועלכן האריקעין מען רעדט.) בלויז 3 ביז 6 שטורעמס, זאגן זיי, וועלן זיך אנטוויקלען אלס האריקעינס, און נישט מער ווי 1 ביז 3 וועלן ווערן ערנסטע האריקעינס. עס דארף באמערקט ווערן אז אפילו ביי די ערנסטע האריקעינס זענען דא אסאך וואס בלייבן איבער'ן וואסער און קומען קיינמאל נישט אן צו די יבשה.
 
דער אויבערשטער איז דער משנה עתים ומחליף את הזמנים, און ער זאגט פונקטליך פאר יעדן וואלקן וואו און ווען ער זאל קומען און גיין. מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט זיין אסאך גשמי ברכה דאס יאר, און עס וועלן נישט אויסברעכן קיין שעדליכע שטורעמס, ווייל אידישע קינדער זענען מתפלל און דער אויבערשטער הערט אויס.
 
די וועטער אגענטור לייגט אן דעם שוואכן האריקעין סעזאן אויף דעם וואס עס ווערט ערווארטעט אז עס וועט זיך אנטוויקלען אן "על ניניא" סיסטעם אינעם פאציפישן אקעאן, וואס דאס שטערט די ווינטן פון זיך אנטוויקלען אלס אן ערנסטער שטורעם.

 
עס בלייבט נאר איבער צו דאנקען דעם אויבערשטן פאר די זון, רעגן, שניי און טוי, צווישן אלע אנדערע גוטע זאכן וואס ער געבט אונז. די זון און דער רעגן געבן פאר די ביימער און גראז די נוטרישן (נארונג) זיי זאלן קענען שיין וואקסן, און דערנאך קענען מיר ארויסגיין שעפן פרישע לופט צווישן די גראז און ביימער און רעדן צום אויבערשטן, וואס נאר אזוי קענען מיר אנגיין.
Polish