די הארמוז וואסער-וועג סאמאטוכע
ז ניסן תשפ"ו 📝
די ביזנעס וועלט פאלגט נאך מיט גרויס שפאנונג די עסקאלאציע אינעם הארמוז וואסער-וועג, וואו כמעט צוואנציג פראצענט פון די וועלט'ס אויל פארט דורך אין א געווענליכע טאג. נאך די לעצטיגע מיליטערישע קאנפליקט, שטייען צענדליגער טאנקער-שיפן געשטראנדעט, און פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג צו איראן אז אויב דער וועג ווערט נישט פולשטענדיג געעפנט, וועט די אמעריקאנער ארמיי רעאגירן גאר מאכטפול. דאס האט געפירט אז די אויל פרייזן זאלן זיך שטארק הייבן, א זאך וואס לאזט נישט פילע ביזנעסלייט שלאפן רואיג.
אמת אז עס שטייען צענדליגער גיגאנטישע טאנקער-שיפן געשטראנדעט ביי ביידע זייטן פונעם שמאלן וואסער-וועג, אבער די שאלה איז: וואס טוט זיך מיט אונז? מיר דארפן דאך אויך א וועג דורכצופארן דעם שמאלן וואסער-וועג. נישט נאר איין וואסער-וועג, נאר יעדן טאג קומען פרישע כוואליעס און שטורעמס וואס ווילן אונז דערטרענקען. וויאזוי קענען מיר דאס אלעס דורכשווימען? דער הייליגער רבי דערציילט (אין סיפורי מעשיות) איבער דעם מענטש וואס איז דורכגעגאנגען די "זיבן וואסערן". די זיבן וואסערן זענען נישט קיין פיזישע וואסערן; דאס זענען די שוועריקייטן און די מניעות וואס מיר אלע באגעגענען טאג-טעגליך אין אונזער לעבן. אמאל איז עס א דאגה פון געלט — וויאזוי וועל איך דעקן דעם חודש — און אמאל איז א מענטש פארלוירן אין זיך אליינס.
דער רבי אבער לאזט אונז נישט איבער אויפ'ן וואסער בלויז מיט א פראבלעם, נאר ער געבט אונז עצות למעשה. די עצה איז אמונה און בטחון: צו וויסן אז דער אויבערשטער פירט אלעס, סיי צי דער "סטרעיט אוף הארמוז" זאל זיין אפן, און סיי צי מיין באנק אקאונט זאל האבן דעקונג.
די צווייטע עצה וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, איז א שליסל וואס עפנט אויף אלע פארשפארטע וועגן: די תורה פון "אזמרה" – זיך צו פאקוסן אויף די גוטע פינטלעך. אפילו ווען אלעס זעט אויס שווארץ, טרעף דאס ביסל גוטס; דאס וועט דיר העלפן זיך האלטן העכערן וואסער ביז דער קריזיס וועט דורכגיין בסעייתא דשמיא.
טראמפ זאגט אז ער וועט ברענגען שלום אויף דער וועלט. אבער וואס האב איך דערפון ווען אלע לענדער שמייכלען איינס צום צווייטן, אבער איך בין צוריסן פון אינעווייניג? אויב מ'בעט נישט דעם אויבערשטן מען זאל זיין פרייליך און צופרידן, איז עס פיל ערגער ווי ווען איראן און אמעריקע קריגן זיך. אויב איך קען נישט שלאפן ביינאכט פון פחדים און פאביעס, אין שלום בעצמי קען מען זיך פיל גרינגער דערטרענקען ווי ווען מען פארט דורך דעם הארמוז.
לאמיר זיך אנגארטלען מיט די זיסע עצות און וויסן אז דער גאנצער טומל איז בלויז א נסיון, צו זען אויב מיר וועלן האלטן דעם קאפ גראד און געדענקען אז ער איז דער וואס פירט אלעס. אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו דעם וואס דוד המלך זאגט אין תהלים: "בנאות דשא ירביצנו על מי מנוחות ינהלני". אפילו ווען אינדרויסן שטורמט, בין איך רואיג, ווייל איך ווייס אז דער אויבערשטער פירט אונז דורך רואיגע וואסערן.