"הארץ קאמפיין" אויף "טשערידי דאט קאם" פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט
כח סיון תשע"ח 📝
די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך.
די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן.
דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט.
די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער.
די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון.
בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769.
דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט.
"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן)
ביי איינע פון די מיטינגען פון די עסקנים מיט "טשערידי דאט קאם"