"הארץ קאמפיין" געווען א גרויסער סוקסעס ברוך ה'
ז תמוז תשע"ח 📝
דער "הארץ קאמפיין" וואס איז פארגעקומען די וואך מאנטאג און דינסטאג לטובת די מוסדות היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג איז ב"ה געווען א געוואלדיגער סוקסעס. ווען מ'איז ב"ה אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער אין די קורצע צייט פון 36 שעה וואס די קאמפיין איז אנגעגאנגען.
די מוסדות האבן געשטעלט דעם ציל אנצוקומען צו א האלב מיליאן דאלער, עס האט אבער נישט גענומען צו לאנג אנצוקומען צו דעם ציל, און דאן האט מען ארויפגערוקט דעם ציל צו א דריי-א-פערטל מיליאן, און ווען אום דינסטאג נאכמיטאג איז שוין אויך דער ציל דערגרייכט געווארן, האט מען עס ארויפגערוקט צו א מיליאן דאלער, און ביים ענדיגן דעם קאמפיין, דינסטאג צוועלף אזייגער ביינאכט, איז מען אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער.
דער רבי האט געזאגט, "פון געלט זאלט איר צו מיר נישט רעדן", ביים רבי'ן האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון געלט. פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן געלט, און זיכער ווען עס קומט צו גוטע זאכן, צו בויען מוסדות התורה, צו דרוקן ספרים וואס זענען מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן; אבער מ'דארף געדענקען אז געלט איז נישט דער עיקר, וואס עס בלייבט איבער איז נאר די תורה ומצות ומעשים טובים וואס מ'טוט אויף דער וועלט.
דער חידוש איז אבער געווען אז אזויפיל טויזנטער אידן האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין. ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן איז היבש אונטערגעשאצט געווארן די גרויסע צאל אידן וואס הערן די דברי חיזוק און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל אידן זענען זיך מחיה און שעפן חיזוק און הדרכה אין לעבן פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערנט, און דער ראש ישיבה שליט"א איז דאס מפרסם איבער די גאנצע וועלט. אזויפיל אידן האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, טייל אפילו מיט גאר קליינע סכומים, אבער מיט דעם האבן זיי ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע גוטס וואס זיי האבן גענאסן פון אים. דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים און עצות קענען העלפן יעדן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר.
עס קומט זיך א גרויסער דאנק פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט דעם קאמפיין, און אריינגעלייגט אזויפיל צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין. דינסטאג נאכט, ווען דער קאמפיין האט זיך געענדיגט, האבן די עסקנים ארויסגעשטעלט א מעלדונג זיך צו באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, און צוגעהאלפן צום סוקסעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין רואיגערהייט מיט זיין הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן.
ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים!
דער קאמפיין אין ביהמ"ד שומר שבת בארא פארק