הב' החשוב יענקי יאקאבאוויטש הי"ו תלמיד הישיבה איז א חתן געווארן
ז ניסן תשע"ח 📝
מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט פארן חתן - אפאר וואכן פאר זיין פטירה - אז אויב ער וועט אריין קומען אין ישיבה און ענדיגן ש"ס וועט ער א חתן ווערן, נעכטן מיטוואך נאכט האט דער חתן געהאט די זכי' צו ענדיגן גאנץ ש"ס און היינט האט דער אייבישטער געהאלפן אז ער איז א חתן געווארן. די חשובע כלה תחי' א טאכטער פון הרב מאיר דוד פארקאש הי"ו, איז א איבערגעגעבנע טיטשער אין די ברסלב'ע סקול.
די ווארט איז געפארוועט געווארן אין שטוב פונעם מחותן הרב מאיר דוד, ווי די משפחה איז זיך צוזאם געקומען אין זיך געפרייט מיט די שמחה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך באטייליגט.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל !
נייעס פונעם סיום הש"ס
בילדער פונעם שמחת קישור החיתון