הבחור אלחנן ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה שליט"א איז מסיים מסכת תענית 101 מאל
כו תמוז תשע"ט 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב אלחנן ראטה ני"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א.
נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, נאך פאר זיין בר מצוה האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן.
נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן מסכת תענית 101 מאל, ווי מוהרא"ש האט אויסגעלערענט, און האט זיך יעצט גענומען צו ענדיגן מסכת ברכות - וואס איז די לענגסטע מסכת אין ש"ס מיט ווערטער - 101 מאל. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז שוין עטליכע יאר וואס ער מיט זיין זון האבן צוזאמען געלערענט בחברותא דעם הייליגן זוהר הקדוש.
דערנאך האט דער מנהל הרב מרדכי אינדיג ארויסגעברענגט אז אלחנן - אויסער זיין גרויס התמדה - איז ער אלץ גרייט ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות מיט וואס נאר עס פעלט אויס.
כי הם חיינו!