הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א וואונטשט א רפואה שלימה פאר א שידוך
ו אדר א' תשע"ט 📝
תפלת ישראל עושה רושם, געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען געקומען גוטע גריסן פון ארץ ישראל, אז דער מצב פון הבחור החשוב איציק מענדאלוויטש גייט צום בעסערונג, און ער איז שוין ארויס פונעם קריטישן מצב.
אין א שמועס נעכטן מיט ראש ישיבה שליט"א, האט ער דערציילט אז ער איז געווען מיט עטליכע וואכן צוריק ביי הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, און אים געבעטן א ברכה ער זאל טרעפן א שידוך, האט אים רבי חיים געזאגט 'רפואה שלימה', האט ער נאכאמאל געבעטן א ברכה פאר א שידוך האט ער געזאגט 'בקרוב'. יעצט ווען מען האט פארציילט פאר רבי חיים אז ער האט געהאט אן עקסעדענט און מען פאר שטייט וואס ער האט געזאגט 'רפואה שלימה' ממש רוח הקודש, האט רבי חיים געזאגט "יעצט זאל ער מאכן א סיום הש"ס וועט ער טרעפען א שידוך". איציק האט געזאגט פארן ראש ישיבה אז ער האלט שוין ממש ביי סוף ש"ס, און גייט בקרוב מאכן א סיום ביים שטוב פון רבי חיים.
פון די מעשה זעט באשענפערליך אז ווי תפילה העלפט, און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער איז שוין ארויס פונעם מצב סכנה.
מען בעט מען זאל ווייטער מתפלל זיין פאר הבחור יצחק בן אהובה שושנה פאר א גאנצע רפואה.