פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ערב ל"ג בעומר תשפ"ד, האָבן די הייליקע תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל געהאט די זכי׳ צו צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם סאטמאר'ן ראש הכולל אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
דער גאון שליט"א האָט גערעדט צו די קינדער ווארימע דברי התחזקות, און זיי צוגעגרייט צום גרויסן טאג ל"ג בעומר - יומא דהילולא דרשב"י.
אין דער צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס זיין חשובער ברודער הר"ר פנחס נחום בן חי', וועלכער האט זיך ליידער דאן געפונען אין גאר א שווערע געזונטהייט מצב. דער ראש הכולל האָט געבעטן אז די טייערע קינדערלעך זאָלן מתפלל זיין פאר אים מיטן גאנץ הארץ. די קינדער, האבן מיט זייערע ריינע תפילות, מתפלל און געבעטן דעם אויבערשטן מיט פשוטע ווערטער וואס האט געשפאלטן הימלען.
הר"ר פנחס נחום איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע געזונטהייט קאמפליקאציע, און די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, זאגענדיג אז עס איז נישטא וואס צו טון מער. אבער נאכדעם וואס די קינדערלעך האבן מתפלל געווען, האט זיך דער מצב געטוישט. די דאקטוירים האבן אנגעהויבן צו באמערקן א קליינע שינוי לטובה, און געזאָגט אז יעצט קען מען שוין פרובירן צו מאכן אן אפעראציע, וואס פריער איז דאס בכלל נישט געקומען אין באטראכטן, אבער יעצט - האבן זיי געזאגט - געבן זיי אויך נישט קיין גרויסע שאנסן, אבער דערלייגן קען מען שוין נישט.
און אזוי האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, אז נישט מענטשן פירן די וועלט, נאר גארנישט פאסירט אן דעם רצון פונעם אייבערשטן. און דעם פאלגענדן ערב שבת קודש, נאך די הימל שפאלדטענדע תפילות פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן, איז הר"ר פנחס נחום אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע געזונט און שטארק - קעגן אלע שווארצע נביאות'ער פון די דאקטוירים, וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט: "אזאנס האבן מיר נאך קיינמאל געהאט"...
דער אויבערשטער וועלכע הערט אויס תפילות ישראל, זאל געבן א גענצליכע רפואה פאר אלע חולי ישראל.