איבעראל ווי די מפיצים זענען אנגעקומען אין די לעצטע טעג, זענען זיי געווארן אויפגענומען מיט גרויס שמחה, ווי אידן האבן זיך געפרייט צו באקומען די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע. 
 
פילע אידן שפירן זיך אין גלות, משועבד אונטער "פרעה" די פה רע, און זוכן דעם צדיק וואס קען זיי ארויסנעמען פון זייער גלות פונעם "מצר ים" די ענגשאפט און דרוקעניש. די ספרים פון הייליגן רבי'ן געבן די עצות און התחזקות צו באקומען דעם "חירות" און זיך באפרייען פון די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם דורך דעם "פה סח" די מויל הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן.
 
בפרט איז גאר שטארק צוכאפט געווארן די "הגדה של פסח אור זרוע" וואס אנטהאלט הערליכע ווערטער אויף די הגדה, און באלייכט אידישע קינדער איבער די גרויסקייט פונעם סדר נאכט.
 
אזוי אויך איז געווען א שטארקע נאכפראגע איבערן קונטרס "א כשר'ן פסח". וואס העלפט זיך צוגרייטן אויף די ריכטיגע וועג צום הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, מיט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז. דער ספרים וועלן זיכער פארשאפען אן אמת'ן עונג יום טוב פאר די אלע וועלכע וועלן לערנען און מקיים וואס דארט שטייט.
 
די ספרים זענען צו באקומען ביי די מפיצים, און אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. און אזוי אויך אויפן וועבסייט.
 
כאילו הוא יצא ממצרים!
 
📖 די ספרים אויפן וועבסייט