א גאר געהויבענע מאמענט איז געווען אין די חדר היכל הקודש אין קרית יואל, ווען מען האט געהאט די זכי' אז הגה"צ ר' חיים קלמן קליין שליט"א דער סעלישער רב ורב המקוואות איז געקומען באזוכן און אויפגעטרעטן פאר די קינדער.
 
שוין א לאנגע צייט וואס די מלמדים לערנען מיט די קינדער דעם הייליגן ספר וואס דער הייליגער רבי האט פארפאסט נאך איידער זיין בר מצוה, דער ספר וואס איז באוויסט מיטן נאמען "ספר המדות", דער ספר אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד", מען לערנט דעם ספר וואס לערנט אויס פאר איד וויאזוי מען דארף זיך פירן, און איז פול מיט עצות פארן לעבן און חיזוק אויף עבודת ה' לעובדה ולמעשה.
 
לכבוד דעם וואס מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם ספר האט דער געטרייער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געפראוועט א שיינע סיום מיט די קינדער, און דער חשובער רב שליט"א איז געקומען אויפטרעטן פאר די קינדער.
 
דער רב האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער, האט זייער באוואונדערט די קינדער'ס התמדה, יראת שמים, און מידות טובות. דערנאך האט ער גערעדט עטליכע ווערטער און געזאגט אז עס איז באקאנט אז דער נאמען פון סמ"ך מ"ם איז ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, דאס מיינט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אז מען זאל נישט ענדיגן קיין מסכת, און אפילו אויב ער קען נישט אויספירן מען זאל נישט לערנען, וועט ער אבער זיך לייגן אין די לענג און די ברייט מען זאל נישט ענדיגן. האט דער רב צוגעלייגט, אז זיין נאמען איז אויך ראשי תיבות "ספר מידות אין ללמוד", ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון דעם הייליגן ספר, ער ווייסט אז דורך דעם ספר פארלירט ער די מענטש, ווייל דארט וועט מען טרעפן עצות אויף יעדע וועג וואס ער פרובירט נאך צו כאפן א מענטש, וועט מען דורך דעם הייליגן ספר קענען צוריק קומען צום אויבערשטן.
 
ביי דער געלעגענהייט דארף מען ארויסברענגען די שטארקע הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פארן רב שליט"א, וואס אלע יאר זייט די שטעטל שטייט איז ער האלט גרייט און שטייט צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביים בויען און אויסארבעטן די פילע מקוואות טהרה וואס מען בויעט אין יעדע געגענט, וואס דער רב טוט בלי שום תשלום גמול.
 
כלל ישראל בכלל און היכל הקודש בפרט וואונטשן דעם רב שליט"א אז דער אויבערשטער זאל אים געבן ווייטער כח צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידישע קינדער, און ער זאל קענען ווייטער מהנה זיין כלל ישראל מיט קדושה וטהרה, אמן.