הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א שעפט קורת רוח פון די פארשריט ביים נייעם בנין אין אומאן
יב אב תשע"ח 📝
מיט גרויס פרייד קוקן זיך אנ"ש צו ווי די תלמדים פון מוהרא"ש ז"ל זענען זיך מחזק און גייען אן ווייטער, און שטעלן אויף ווייטער תלמידים, ווי מוהרא"ש ז"ל פלעגט אלץ נאכזאגן אז דער רבי'ס זאך דארף אנגיין ווייטער, און די תלמידים דארפן ווייטער אויפשטעלן תלמידים.
אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט וועלן זיין עטליכע גרויסע בתי מדרשים אין אומאן וואס די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש ז"ל וועלן אנפירן. אין צענטער פון שטאט וועט זיין א גרויסער בנין, בראשות הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, און אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין די הייליגע פארכטיגע ראש השנה טעג הבעל"ט, ווען עס וועלן קומען צענדליגע טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט, איז הגה"צ ר' יצחק שליט"א געקומען אומאן זיך אומקוקן אויפן פארשריט פונעם בנין ווי ער וועט דאווענען דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט.
אין די זעלבע צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און געקומען זען ווי מ'האלט מיטן נייעם בנין וואס דער ראש ישיבה שליט"א בויעט אין אומאן, ווי הגה"צ ר' יצחק שליט"א האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי מ'האלט שוין כמעט ביים ענדיגן דעם בנין.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
בילדער פונעם באזוך פון הגה"צ ר' יצחק שליט"א ביים נייעם בנין