מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז דער הערליכער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס איבערגעדרוקט געווארן, און איז שוין ווידער דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון בלויז $2.99.
 
אנשי שלומינו ווארטן שטארק ארויס אויף דעם הערליכען "סדר הדלקת נר חנוכה" וואס באשטייט פון דעם נוסח הדלקת נר חנוכה מיט אלע מזמורים פיוטים און מנהגים ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט, באגלייט מיט שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע ספרים איבער די גרויסע צייט וואס עס טוט זיך אפ אין אלע וועלטן ווען א איד צינדט די הייליגע חנוכה ליכט, און דער גרויסער עת רצון וואס מ'קען דאן פועלן גאר גרויסע זאכן.
 
אזוי אויך אַנטהאַלט עס פילע גאָר וואַרימע תפילות אויף פאַרשידענע ענינים ווי אויף קינדער, נחת פון די קינדער, שידוכים, פרנסה, וואָס מוהרא"ש האָט געשריבן ספעציעל צו זאגן חנוכה ווען די לעכט ברענען. די תפילות עפענען אויף דאָס האַרץ צום 
אייבערשטן, און פועלן גאָר גרויסע ישועות.
 
דער "סדר הדלקת נר חנוכה" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן פון פריש, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין.

מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר באשטעלט עס שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה.



📚 "סדר הדלקת נר חנוכה" - אידיש פאר בלויז $2.99
📚 קונטרס "חנוכה שמחה" פאר בלויז $1.49
📚 קונטרס "פארליר זיך נישט" שיעור ליל שישי חנוכה תשע"ד
 
💳 ברסלב סענטער שאפ גיפט קארטל BreslevCenter.com gift card