"הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט פריש איבערגעדרוקט דורכן "קרן הדפסה"
כב חשון תשפ"ב 📝
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל און ביי די מפיצים בפרט, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" גייט אט אט צום דרוק אויפן נייעם איבערגעארבעטן "סדר הדלקת נר חנוכה".
דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" וואס ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, אנטהאלט די סדר הדלקת נר חנוכה, מיט שיינע שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע צוזאם גענומען פון די פילע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקט אויף א איד אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, און איבער די גרויסע עת רצון וואס מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן.
אויך אנטהאלט עס פילע גאר ווארימע תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי אויף גוטע קינדער, אויף שידוכים, פרנסה, וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף חנוכה. די תפילות עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות.
נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים, האלט מען שוין אט דא אז מען גרייט זיך שוין צו גיין צום דרוק. מען האט אלעס פריש איבערגעארבעט, דער דעזיין, די אויסשטעל, די אותיות, און מיט א גוטע הגה. אויפן שטייגער ווי מען האט איבערגעמאכט די "הגדה של פסח", און דער "תיקון ליל שבועות".
פארשטייט זיך אז דאס ציעט אריין אין גרויסע הוצאות. מען קען נעמען א חלק און דעם גרויסן איינמאליגן זכות. פאר בלויז $500 קענט איר האבן א זכות אינעם ספר.
צו מנדב זיין רופט דעם "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 #103, אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org.
🎦 מוהרא"ש ביים צינדן חנוכה ליכט