הדרן עלך מסכת יומא, והתחלת מסכת סוכה
ב אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה שמעון פאללאק הי"ו
א גרויס שמחה הערשט ביי אנשי שלומינו ווען מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין נאך א מסכת אין ש"ס, דער גרויסער שיינע מסכת יומא, וואס אלע אינג און אלט האבן געלערענט יעדן טאג.
דער שמחה איז געוואלדיג גרויס, וויסנדיג נישט נאר די גרויסע קעפ, אדער די וואס זיצן אין ישיבה אדער אין כולל א גאנצן טאג האבן עס מסיים געווען, נאר אלע, פון די גרעסטע ביז די קלענסטע; אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, אינאיינעם מיט אינגעלייט וואס הארעווען שווער על המחיה ועל הכלכלה; סיי בחורים וואס האבן צייט, און סיי אינגעלייט וואס זענען מטופל מיט א ווייב, קינדער, פרנסה; סיי אזעלכע וואס זענען למדנים און האבן די קאפ צו לערנען מיטן עמקות, און סיי אזעלכע וואס האבן נישט אזא גוטע תפיסה, זיי פארשטיין נאך נישט קיין לערנען, האבן אלע אינאיינעם מסיים געווען דעם שיינעם מסכת.
אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו, קענען מיר נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אונז געשיקט א צדיק וואס לאזט זיך אראפ צו אונז און לערנט אונז אויס אזא וואונדערליכן סדר דרך הלימוד, וואס "אלע" דארפן צוקומען דערצו, א טייל דארפן עס האבן מער און זאגן יעדן טאג גאנצע בלעטער גמרא, און אפילו וועם עס גייט יעצט גוט, ער האט יעצט צייט, ער האט א גוטע קאפ, און ער האט געדולד צו לערנען, א.א.וו. וואלט מיט די צייט ארויסגעפאלן פון די מסכת, ווייל עס מאכט זיך ביי יעדעם תקופות וואס "עס איז אוממעגליך אנהאלט די קביעות מיט די חבורתא": מען א שווערע תקופה אין שטוב, מען גייט דורך שוועריקייטן מיט פרנסה, עס קומט א פארנומענע יום טוב סעזאן, מען איז פארנומען מיט שמחות ב"ה, א.א.וו. אויב פאלגט מען נישט דעם רבין, איז נישט מעגליך אנצוהאלטן די שיעורים כסדרן, נאר אויב מען ווייסט אז "זאגן הייסט לערנען" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו), מען גנב'ט זיך ארויס מינוטן און מען זאגט די הייליגע בלעטער פון די גמרא.
אנשי שלומינו האבן יעדער געפראוועט פאר זיך א שיינע סיום אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און מיט דעם אריינגעברעגנט אין די קינדער די געפיל פון שמחת התורה, און איבערגעגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות די קשר וואס אידישע קינדער האבן מיטן אייבערשטן דורך די הייליגע תורה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ביים שיעור פאר די אינגעלייט געמאכט אן אפיעל, אז אלע זאלן יעצט נעמען די געלעגענהייט און זיך מיטכאפן מיט די נייע מסכת דער הערליכע מסכת סוכה, וואס מען וועט ענדיגן הארט פאַרן פאָרן צום רבין קיין אומאן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה, און מיטנעמען די מסכת אלץ א מתנה פארן הייליגן רבין.
קודשא בריך ואורייתא וישראל חד הוא
🎦 סיום מסכת שבת זומער תש"פ
💿 ניגונים פון תשובה - לימי בין המצרים