הדרן עלך ששה סדרי תוספתא
ה תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה יהושע העשיל דובדבני הי"ו - ירושלים
עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען דעם פרייטאג זוכה געווען צו ענדיגן די צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און שבת קודש פרשת קרח האט מען אנגעהובין דעם פרישן מחזור אין תוספתא.
שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב.
אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא.
מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם.
און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג.
מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט.
אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת.
דער נייער מחזור אין תוספתא האט געברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים.
אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע סיום לרגל די סיום פון תוספתא אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור אנשי שלומינו.
איינע פון די מפיצים האבן דארט פארציילט אן ערשט האנטיגע עפיזאד, אז נישט לאנג צוריק האט ער אנגעהויבן א שיעור צו לערנען יעדן טאג דעם "בית נצחי" (בבלי ירושלמי תוסתפתא), און האט גלייך דערנאך געטראפן א הערליכע דירה אין אלעד פאר א גאר ביליגע פרייז, "איך בין זיער אז עס איז אין זכות פון דעם שיעור אין בי"ת".
הרב שמעיה פרידלאנד הי"ו אין אן אינטערוויו פאר קול ברסלב (אויף לשון הקודש) האט פארציילט אז א האלבע יאר צוריק האט ער זיך פארבינדן מיטן מרכז הפצה ירושלים, און זיך איינגעקויפט א תוספתא, און האט גלייך אנגעהויבן א שיעור דערין, און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן תוספתא. "איבעריג צו זאגן אז זייט דעמאלטס זעה איך א שטארקע הצלחה אין מיינע געשעפטן".
אנשי שלומינו אין צפת און טבריה האבן געפראוועט א שיינע סיום ביים ציון פון הייליגן תנא רבי חייא וואס האט געשריבן דעם תוספתא. מען האט געהערט א שיינע שמועס פון הר"ר נחמן יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר דארף מען געדענקען "איך הייב אן פון יעצט", און בעז"ה אין איינס און א האלב יאר ארום וועלן מיר ענדיגן אינאיינעם דעם תוספתא. נאך האט ער ארויסגעברענגט ווי די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא איז דער הייליגער תנא רבי חייא געווען א גרויסער מפיץ, דערפאר איז דא דער ריכטיגער פלאץ זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ווערטער איבער גאנץ ארץ ישראל.
גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה!
🛒 צו קויפן א סעט תוספתא - הערליכע דרוק, גרויסע שיינע אותיות, מנוקד
📸 סיום ששה סדרי תוספתא אין ירושלים עיה"ק - ליל שישי קרח תשפ"א
📸 סיום ששה סדרי תוספתא ביים ציון הק' פון התנא רבי חייא - ליל שישי קרח תשפ"א