עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען דעם שבת קודש זוכה זיין צו ענדיגן די איין און צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און אום זונטאג תשעה באב הויבט מען אן דעם פרישן מחזור אין תוספתא.
 
שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב.
 
אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא.
 
עס איז מערקווירדיג אז דער נייער מחזור הויבט זיך אן אום תשעה באב, דער לימוד יומי אין ירושלמי לערנט מען נישט אום תשעה באב, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז אזוי ווי עס איז דא א חשובע קהלה וואס האט איינגעפירט צו לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, זאל מען מיטגיין מיט דעם סדר, און ווי זיי האבן עס אויסגעשטעלט לערנט מען נישט דעם דף ירושלמי אום תשעה באב. כאטש וואס מוהרא"ש האט שוין געשריבן איבער לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, פילע יארן איידער די קהלה האט עס איינגעפירט ביי זיי (ליינט איבער דעם אינעם "קרית ברסלב בלעטל" צייטונג פון די וואך, ביי די בריוו צו רעדאקציע), אבער דער לימוד יומי אין תוספתא וואס מוהרא"ש האט אליין איינגעפירט אין היכל הקודש, לערנט מען אויך אום תשעה באב.
 
אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א אמאל געשריבן, "בנוגע לערנען שיעורים כסדרן [אום תשעה באב]; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן. אזוי אויך האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג".
 
אין אן אנדערע געלעגנהייט האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג.
 
אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סך כל השעות מן הכ"ב ימים הם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "על כן יש במשניות תקכ"ח פרקים מנין מפת"ח", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כמנין מפתח הגאלה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן
דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אין הגליות מתכנסות אלא בזכות המשניות", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וכשמדברין ושונין במו פינו התורה שבעל פה, אזי נפתח הסתום", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גם כי יתנו בגוים עתה אקבצם', לשון מתניתין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עתה אקבצם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה.
 
מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פ ארן מענטש אויף אייביג.
 
מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי
גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זען אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א
דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט.
 
אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת.
 
דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים.
 
דער קונטרס "בית נצחי" קען מען באשטעלן צו באקומען וועכענטליך אויף די פאסט דורך רופן 845-640-1743 אדער דורך שיקן א וואטסעפפ צו 845-747-0832.
 
דער "קרן הדפסה" האט געדרוקט די גאנצע סעט תוספתא, אין דריי בענדער, מיט הארטע דעקלעך, אינגנאצן מנוקד מיט שיינע גרויסע אותיות. מען קען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבעסייט. ששה סדרי תוסתפא
 
גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה!