מען הויבט אן זיך גרייטן צום רבינ'ס ראש השנה
טו טבת תשפ"ב 📝
מיר האלטן טאקע קוים נאך חנוכה, אבער ביי ברסלב'ע חסידים לעבט מען א גאנץ יאר מיט'ן הייליגן רבי'ן, און מ'געדענקט וואס דער רבי האט געוואלט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט געזאגט אויף דעם גאר גרויסע זאכן, "די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אויף מיין ראש השנה", "אפילו די וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער דארף קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן!", און אזוי ווייטער האט דער הייליגער רבי געגעבן גאר שטארקע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט אויסבעטן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר.
טאקע דערפאר ווייל דעם רבינ'ס ראש השנה איז אזוי גרויס, איז דא זה לעומת זה גאר שטארקע מניעות און שוועריקייטן, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן, אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ובפרט אין די לעצטע צוויי יאר וואס צוליב דער מצב העולם איז געווען גאר שווער צו קומען און גיין סיי וואו פון איין לאנד צום צווייטן איבער די וועלט. ברסלב'ע חסידים האבן אבער אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.
עס איז אבער א שאד צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין פון אנהויב יאר קען מען אנהויבן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי אליין האט זיך אויסגעדרוקט, "גלייך נאך ראש השנה בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות", יעדן טאג בעט מען דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי אז ווען עס קומט נענטער צו ראש השנה גייט שוין אלעס ווי געשמירט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.
אויך בגשמיות קען מען זיך שוין אנהויבן גרייטן אויף ראש השנה, פילע אנשי שלומינו לייגן אוועק יעדע וואך במשך די יאר א סומע געלט, אז אנקומענדיג נענטער צו ראש השנה זאל מען שוין האבן גרייט די שפעזן אויף די הייליגע נסיעה.
די בארימטע טרעוול פירמע "פלען איט רייט" האט יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס וואס זיי שטעלן צו פאר'ן ברייטן ציבור, אז מ'קען שוין פון יעצט אנהויבן אריינלייגן ביי זיי צוביסלעך עפעס געלט אויפאמאל, און זיי וועלן דאס האלטן ביז בעפאר ראש השנה, ווען מ'וועט זיך קענען אויסקלויבן צו פארן מיט סיי וועלכע פליגער וואס ס'וועט זיין עוועליבל צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.
די נייעס איז שיין באגריסט געווארן דורך פילע אנשי שלומינו וואס האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף אזא סארט סערוויס, און דאס וועט זיי פיל פארגרינגערן נישט צו דארפן שאפן די גאנצע סומע גלייך פאר יום טוב.
מ'קען אריינרופן צו "פלען איט רייט" אויפ'ן נומער 845-678-3555, און דרוקן עקסטענשאן 109, וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן פאר דעם נייעם סערוויס.
פרוטה ופרוטה מצטרפת