הונדערט חתונות אין בית המדרש אפגעצייכענט
יד חשון תשפ"ו 📝
וויליאמסבורג — בשעת די גאנצע וועלט זוכט א לעזונג צום געפערליכן פראבלעם פון די הוצאות החתונה וואס גרייכן ביז'ן הימל, מען קומט אויף מיט עצות גג על גג, מען מאכט פארזאמלונגען וואס ווארימען אן די הערצער, עס ווערט געזאגט רעדעס ווי מען ליארמט, עס גיסט זיך טויזענטער פלעשער טינט אין די פילע ארטיקלען צו בייקומען דעם צרה, אבער מפטירין כדאתמול; מאכנע זענען געווען זיכער אז נאך קאוויד ווען די בעלי שמחה האב עדות געזאגט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזא שיינע שמחה ווי די דעמאלסדיגע באשיידענע שמחות, וועט יעצט זיכער קומען דער רעוואלוציע, און אלע פריצישיע באלרומס וועלן דארפן פארמאכט ווערן. ווער וויל צאלן חובות נאך א שמחה ווען עס איז אסאך שענער איידל און בא'חנ'ט?
אבער דער סמ"ך מ"ם שלאפט נישט, און כאטש די אלע פעולות וואס די אלע עסקנים און ארגאניזאציעס האבן געטון זענען געטון געווארן מיט גוטע כוונות, האט עס אבער ליידער נישט מצליח געווען אויפן לאנגן טערמין. ווען נאך לאנגע האראוואניע באווייזט מען שוין אונטערצוברענגען איין משוגעת, זענען שוין אינצווישן ארויסגעוואקסן צען פרישע.
אבער אין וויליאמסבורג איז געווען אנדערש. ווייל מען האט גענומען א צדיק, וואס פארשטייט צו אונז, און אים גענומען פאר א מורה דרך. דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן אז דאס וואס מוהרא"ש האט אלע יארן געבעטן אז מען זאל חתונה מאכן פשוט אין בית המדרש, דארף מען טון למעשה. ער האט געעפענט דעם בית בית המדרש אויף 27 סקילמאן סט. אז מען זאל דארט קענען חתונה מאכן.
און מיט עצות פון מוהרא"ש זי"ע האט עס געשלאגן טיפע ווארצלען, נישט ווי די רעוואלוציעס וואס רייסן אויף באמבאסטיש אבער ליידער שלאפט דערנאך איין, נאר איז מוסף והולך מיט חתונות כסדר, און ווערט נאר מער און מער.
וואס איז די עצה פון מוהרא"ש? מען זאל אריינברענגען דעם באשעפער אינעם בילד. מען לערנט אויס די קינדער פון קינדווייז אן אז מען דארף נאר זוכן צו געפעלן פארן אויבערשטן, טון זיין רצון. נאכ'ן לערנען ביים ראש ישיבה, שעצן די קינדער די עכטע לעבן, נישט די פאלשע לעבן פאר די גאס. זיי בעטן זייערע עלטערן מען זאל זיי נישט חתונה מאכן מיט פאלשע פוץ און געמאכטע רייכטום. ווייל וואס מער מ'לעבט מיט דעם לימוד, און וואס מער די קינדער וואקסן אויף דערמיט, ווען עס קומט די צייט און מען טוט א שידוך למזל טוב, שעצן זיי עכטע צירוג מיט פאלשע שטיינער, און ווילן נאר עכטע שמחה מיט פאלשע מוזיק, און זוכן נאר עכטע חן מיט פאלשע בלומען.
די חתונות אין בית המדרש האט אן עכטע אידישע חן. עס איז א מחזה וואס לוינט זיך עס צו קומען זען אפילו פון ווייט אוועק. עס איז דא צוגעשטעלט א פשוטע אבער היימישע סעודה פאר די געסט, און פאר די מוזיק איז דא אן אריינגעבויעטע סאונד סיסטעם וואס שפילט מוזיק פון א מוזיק פלעיער. און די שמחה איז עד לב השמים. מען שפירט אז דא פריידט מען זיך נישט מיט די ברענד נעים זינגער וואס ווארפט זיך ווי א שיכור, מיט די קאלטע-הייסע אייס קרים קעיק, אדער מיט די קאלירפולע לעקטערס וואס מאכן דיזי.
אויך צום מצוה טאנץ האט מען צוריק געברענגט דעם נאסטאלאגישן אמאליגן טעם. מען פראוועט דעם הייליגן מנהג אויף א הערליכע ריינע פארנעם, דער שמש רופט אויס בלויז די זיידעס, מחותנים און חתן כלה מיט א זיסע "יעמוד יעמוד" ניגון, און דערנאך טאנצן זיי די ריקודין של מצוה, וואס האט אלע חן פון די וועלט.
און דאס אלעס קאסט פאר ביידע מחותנים - גארנישט. קיין איין רויטע גרייצער.
אבער דאס אלעס הייבט זיך נישט אן ביי די חתונה. מען קען נישט נעמען קיין געספוילטע בחורים און מיידלעך און זיי חתונה מאכן אין בית המדרש. שוין פון די שלום-זכרים און קידושים ווערט אלעס געמאכט פשוט, אפשערן ווערן געפראוועט אזוי ווי די מסורה פון אונזערע עלטערן, מען ברענגט בלויז דאס קינד מיט א טלית אין חדר ווי ער לעקט האניג און טיילט פעקעלעך, און די שמחת הבר מצוה ווערט אפגעהאלטן אין דייניג רום, אזוי ווי מען פלעגט אלעמאל טון, און אזוי וואקסן די קינדער אויף צופרידן און געזונט ברוחניות ובגשמיות.
וואס איז יעצט דער חידוש? די חתונות גייען שוין אן פאר בערך אכט יאר. פארגאנגעם זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן דער הונדערטסטער חתונה אין א מזל'דיגע שעה, ווען צום הונדערטסטן מאל האבן מחותנים אונטערגעפירט זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אמת'ע פרייליכע הערצער. און די שמחה האט זיך נישט געענדיגט א טאג נאך די חתונה ווען די בעלי חובות האבן אנגעהויבן צו דרוקן, נאר האלט ווייטער אן און די עלטערן קוועלן ווייטער נחת פון זייער קינדער.
📰 די ערשטע חתונה אין ישיבה