הונדערטער משפחות אנשי שלומינו לעבן מיט אן אומבאשרייבליכע שבת התוועדות אין ארמון האטעל
י אדר ב' תשפ"ב 📝
די פאפיר איז צו קורץ אפצושרייבן באריכות דעם הערליכן שבת, וואס איז אריבער אויף די אריבער 500 משפחות פון אנשי שלומינו דעם פארגאנגענעם שבת קודש אינעם ארמון האטעל סטעמפארד קאנעטיקוט.
מיר וועלן אבער פרובירן אראפצושרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל א שטיקל באריכט פונעם שיינעם שבת, ווי אלע באטייליגטע האבן זיך אויסגעדריקט איז דער שבת געווען צוגעשטעלט אויפן העכסטן סטאנדארט ברוחניות ובגשמיות. אלע האבן ארויסגענומען פונעם שבת א גאר גרויסן תועלת, סיי די עלטערן, סיי קינדער, מענער און פרויען. אלעס איז געווען גאר גוט אהערגעשטעלט. סיי די סעודות, די דרשות, די פראגראמען.
פרייטאג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די פלוס פון געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון די גאנצע וועלט, בפרט איז געקומען א גרויסע עולם פון ארץ ישראל, פון ענגלאנד, און פון קאנאדע.
אלע באטייליגטע זענען געווארן זייער שיין אויפגענומען דורך די עסקנים, וואס האבן געגעבן פאר די משתתפים א זעקל מיט א נייע קונטרס "תפילות פאר די אידישע שטוב" תפילות פאר פרויען פון מוהרא"ש, אלע גליונות פון די וואך, און נאך פארשידענע זיסווארג.
די צימערן זענען געווען זייער שיין צוגעגרייט, אזוי אויך איז געווען א גאר געשמאקע טועמיה צוגעשטעלט.
עש"ק ביים זמן זענען די פרויען געגאנגען צינדן לעכט ביים דעזיגנירטע פלאץ, ווי די פרויען האבן אויסגעבעטן ביי די לעכט ערליכע דורות. די קינדער אנגעפירט דורך די פילע געטרייע מלמדים זענען געווען פארזאמעלט אין די לאבי און געזונגען שיינע ניגונים לכבוד שבת קודש.
דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד, דער דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א האט געדאווענט א ווארימע מנחה. דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער ציל פונעם שבת איז זיך מחזק צו זיין ווייטער צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. אויך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז יעצט שבת זכור דארף מען געדענקען זיך נישט לאזן פון עמלק וואס וויל מאכן אז אידישקייט זאל ווערן פונעם טפל און מיר זאלן פארגעסן ח"ו פונעם עיקר.
דערנאך האט מען געדאווענט א געשמאקע קבלת שבת מיטן בעל תפילה מו"ה מאטי המייליך הי"ו.
נאכן דאווענען האט מען אויסגערופן אז נאכן סעודה וועט זיין דער באטע, מיטן שלום זכור און וואך נאכט צום בן הנולד ביי מו"ה רפאל פורסט הי"ו, און צום שבע ברכות פון החתן אברהם נ"י בן הר"ר חיים אלי' צוויבל שליט"א, עב"ג בת הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א.
דער סעודה איז געווארן הערליך אפגעראכטן אין לאנטש רום, און די קינדער האבן געגעסן עקסטער, די אינגלעך מיט די מלמדים, און די מיידלעך מיט די טיטשערס.
דער ראש ישיבה איז געקומען צום באטע אין ביהמ"ד אום 10:30 ווי מען האט אינאיינעם געזונגען זמירות שבת קודש, עקסטער האט מען געזונגען דעם "מעין עולם הבא" מיט גרויס התערורות, אויך ביי "צמא נפשי" האט מען זיך שטארק צופייערט.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים באטע, פארוואס מ'איז דא, מענטשן זאלן נישט טראכטן פארוואס קום איך, פארוואס קומט ער. ווען משיח וועט קומען וועט ער אויסלערנען אז מ'זאל קוקן אויף די נקודות טובות פון אידישע קינדער, און א מענטש דארף האלטן פון זיך, האבן אמונה אין אייבערשטן אין צדיק און אין זיך, און אזוי מעקט מען אויס עמלק.
אינדערפרי, איז נישט געווען קיין שיעור אין ספר פעולת הצדיק. אנשי שלומינו האבן געזען א ביישפיל וואס מיינט העלפן אין שטוב. דער ראש ישיבה איז געווארן פארנומען מיט געבן צו עסן פאר זיינע קליינע קינדער וואס האבן זיך אויפגעוועקט פרי.
פארן דאווענען האבן זיך צוזאם גענומען א גרופע קינדער מיט די מלמדים, און געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות.
אום 9:30 איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען. פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר עזרא בוים שליט"א, און צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען. ביים ליינען האט מען צוטיילט די עליות פאר די פילע בעלי שמחה קיין עין הרע.
נאכן דאווענען איז געווען א ברייטע קידוש, ווי דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וואס דער רבי זאגט "ווילאנג דער בלעטל היט אויף דיר, דארפסט פון גארנישט מורא האבן". אז דאס גייט ארויף אויפן "בלאט גמרא", און האט ארויסגעברענגט אז לערנען האט גארנישט צו טון מיט קיין פארטייען.
דאן איז מען געגאנגען צום סעודה וואס איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך לכבוד שבת בשר וגדים וכל מטעמים, מען האט געזונגען אסאך שיינע זמירות ותשבחות צום אייבערשטן אינאיינעם.
נאכן סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען צו די זאל ווי קינדער האבן געגעסן, און געזאגט מיט זיי תהלים, און געזאגט א הארציגע שמועס, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון רבין, און אריינגעלייגט יראת שמים אין די קינדער. דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט גוט זאכן פאר די קינדער.
ביי שלש סעודות איז געווען א גאר ווארימע שמועס פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע עת רצון וואס ווערט אין הימל ווען א איד זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל צוריק קומען צום אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, אז מיר זאלן רעדן צו אים.
נאך מעריב איז געווארן אויפגעשטעלט א מחיצה אין לאבי, און דער ראש ישיבה איז ארויפגעגאנגען הויך אויפן שטאק אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די הבדלה. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט מוזיק, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שבת וואס מ'איז אריבער.
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום סדר מועד על סדר הש"ס, צו וואס נאך פילע הונדערטער משפחות זענען געקומען צו פארן. פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות האבן זיך געפרייט אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהילה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען במשך די לעצטע צוויי יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס לערנען איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען אז מען הייבט שוין אן סדר נשים אין ש"ס.
דער יושב הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס ברענגט צוזאם די אלע אידן פון אלע שיכטן, פון אלע עקן וועלט, פון אלע חסידות'ן, דאס איז די גמרא, דאס ברענגט אונז צוזאם.
דערנאך האט מען געהערט שטארקע ווערטער פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט צוגעברענגט די גמרא וואס זאגט אז מען האט געוויזן פאר די אידן פארן אהיים פארן פון עולה רגל זיין אז די ברויט פון לחם הפנים איז נאך הייס, און די גמרא פירט אויס אז מען האט געזאגט פאר די אידן "ראו חבתם לפני המקום", האט ער געזאגט אז דאס קומט אונז דערמאנען אז מיר גייען יעצט אהיים, דארפן מיר געבן פאר אונזערע קינדער "ווארימע ברויט", א ווארימע שטוב, דורך דעם וואס מיר זאגן פאר זיי "דער אייבערשטער האט ענק ליב".
הר"ר יעקב לעסער שליט"א האט מסיים געווען מסכת חגיגה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מען האט די זכיה צו לערנען די הייליגע תורה.
דערנאך האט מען געהערט זייער א שיינע שמועס פון ראש ישיבה, דער ראש ישיבה האט שטארק גערעדט איבער דריי זאכן איבער זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און זאגן די ווערטער, איבער דעם אז א איד זאל פרובירן די עצה פון הייליגן רבין און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי פועלן אלע ישועות, און איבער רעדן שיין צו די ווייב, און זיך היטן די אויגן, און אזוי וועט מען ליב האבן אהיים צו קומען צו די ווייב. דער ראש ישיבה האט בתוך הדברים ארויסגערופן א בחור וואס האט פאריגע וואך ביי זיין בר מצוה זוכה געווען צו פראווען דארט זיין סיום הש"ס.
דערנאך האט מען געוויזן פרעזענטאציע פון די נסיעה פון ראש ישיבה צו די מקומות הקדושים אין אונארן. און צום לעצט האט דער ראש ישיבה געטיילט פארן גאנצן עולם קליינע גמרות מסכת יבמות, געאייגענט מיט צו נעמען אויפן וועג.
נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה.
בילדער, קליפס, דרשות וועלן בעזרת השם נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
פקודי ה' ישרים משמחי לב