מען הייבט שוין פארקויפן זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אומאן
א אב תשפ"ד 📝
היינט ראש חודש אב, קנאפע צוויי חדשים איידער מיר וועלן זוכה זיין נאך די אלע תפילות אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן, קומט אריין די מעלדונג אז מען האט שוין אנגעהויבן צו פארקויפן זיצן אין גרויסן בית המדרש היכל הקודש אין אומאן, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים ראש הישיבה שליט"א ווי ער גיסט זיך אויס דאס הארץ אלץ שליח ציבור און איז אלעמען מעורר צו תשובה.
אזוי ווי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין זיצן, ווערט מען געבעטן זיך צו מעלדן וואס פריער, ווייל כדי צו אנהאלטן די חזקה זיצן פון פאריאר וועט מען דארפן אויסצאלן דעם זיץ ביז ראש חודש אלול הבעל"ט און נאכדעם וועט מען עס עפענען פאר כל הקהל הקודש, וואס צוליב דעם גרויסן פארלאנג וועט מען מוזן אננעמען דעם כלל פון "כל הקודם זכה".
מען וועט קענען באצאלן פאר די זיץ יעדע נאכט אין שטעטל ביי מנחה מעריב אין בית המדרש "ליקוטי מוהר"ן" וואס געפונט זיך אויף 33 טשעסטנאט סטריט אין די ווילידזש. מען דאווענט דארט יעדע נאכט מנחה פופצן מינוט פארן זמן מעריב פון רבינו תם, און דערנאך דאווענט מען מעריב.