היידזשעק פרואוו אויף פליגער קיין מדינת ישראל דורכגעפאלן
כד תשרי תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
פארגאנגענע וואך מיטוואך, חול המועד סוכות, האט פאסירט א שרעקליכער אינצידענט אויף א פליגער פון "פליי-דובאי" וואס איז געפארן פון דובאי קיין ארץ ישראל. אויפן פליגער האבן זיך געפונען ארום 174 פאסאזשירן, וואס רוב רובם פון זיי זענען בירגער פון מדינת ישראל.
נאכן פליען פאר עטליכע שעה האט דער עראפלאן זיך פלוצלינג גענומען פאלן, און איז אראפגעפלאגן ארום פערצן טויזנט פוס אין ווייניגער ווי דרייסיג סעקונדעס. באלד דערנאך האט דער פליגער אויסגעשיקט אן עמוירדזשענסי "היידזשעק" סיגנאל.
לויט באריכטן האט דער צווייטער פילאט אטאקירט דעם קאפיטאן און פרובירט אים אומצוברענגען, מיט'ן פלאן דערנאך צו קראכן דעם פליגער און אומברענגען רח"ל אלע פאסאזשירן. דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן אז דער קאפיטאן האט זיך נישט געלאזט, און אינמיטן זיך ראנגלען פאר זיין לעבן האט ער באוויזן צו עפענען די טיר פונעם קאקפיט. די פאסאזשירן האבן באוויזן אוועקצושלעפן און אומשעדליך מאכן דעם היידזשעקער. צוויי אנדערע פילאטן, וואס האבן זיך דאן בהשגחה פרטית געפונען אויפן פליגער צווישן די רייזענדע, האבן איבערגענומען די לייצעס פונעם פליגער וואס האט צום סוף געלאנדעט בשלום אין טאבוק, סאודי אראביע. דער קאפיטאן געפינט זיך יעצט אין שפיטאל.
מדינת ישראל בארימט זיך אלעמאל מיט זייערע גרויסע זיכערהייט מאסנאמען וואס קיינער קען נישט איבערקומען; זיי האבן טרענירטע אגענטן וואס פרעגן אויס די פאסאזשירן ביים אנקומען אין לופטפעלד מיט אומשולדיג-אויסזעענדע פראגעס, אבער – לויט ווי די לעגענדע גייט – קענען זיי דערשמעקן א טעראריסט פון א מייל ווייט...
יעצט האבן מיר געזען ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי. פון זייער זייט וואלט א טעראריסט נישט נאר געקענט ארויפקומען אויפן פליגער, נאר האט אפילו געקענט זיין א פילאט...
אבער דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אידישע קינדער און געמאכט ניסי נסים, אז דער פילאט האט געקענט עפענען די טיר אין די לעצטע מינוט. און "פונקט" (פונקט מיינט אויף אידיש "בהשגחה פרטית") האבן זיך געפונען ערפארענע פילאטן אויפן פליגער וואס האבן געקענט איבערנעמען די קאנטראל.
לאמיר ווייטער בעטן דעם אויבערשטן ער זאל האלטן זיין רעכטע האנט איבער אונז, און עס זאל מקוים ווערן "והסר שטן מלפנינו ומאחרינו" ברוחניות ובגשמיות, אמן.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.