פון: גרשון קרעמער
 
עס איז ב"ה פארהאן א שיינע צאל יונגעלייט וואס זענען אין די לעצטע וואכן אריין אין קאנטראקט אויף הייזער איבער'ן גאנצן שטעטל. ספעציעל זעט מען דאס אין די נייע געגנט (די ווילידזש), וואו די פרייזן האבן ב"ה אנגעהויבן שיין צו פאלן. עס איז יעצט א מארקעט וואו מען קען טרעפן א שיינע רחבות'דיגע דירה אין די געגנט פון 400 ביז 500 טויזנט דאלאר, און אפטמאל אפילו פאר פיל ביליגער.
 
דער ציבור אנשי שלומינו שפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אונזערע געטרייע חברי הנהלה, מו"ה העניך אינדיג הי"ו און מו"ה מרדכי אהרן האלפערן הי"ו, פאר זייער אומערמידליכע ארבעט ארויסצוהעלפן אינגעלייט צו טרעפן הייזער פאר גוטע פרייזן. זיי לייגן אריין כוחות עצומות סיי אין די נייע געגנט און סיי אין די אלטע געגנט, און געבן זיך אוועק מיט'ן גאנצן הארץ פאר יעדן איינעם וואס זוכט צו קויפן אדער דינגען א דירה.
 
מען זעט דא ב"ה א גרויסע סייעתא דשמיא; די אינוועסטארס לויפן ב"ה אוועק פונעם געגנט, זעענדיג אז מען טרעפט נישט קיין טענענטס און די דירות שטייען ליידיג, וואס דאס ברענגט ב"ה אז די פרייזן פון די הייזער זאלן פאלן. למשל, לעצטנס איז א געוויסע דירה, וואס אן אינוועסטאר האט נישט לאנג צוריק געוואלט פארקויפן פאר בערך $450,000, יעצט למעשה פארקויפט געווארן פאר אונטער $280,000 נאך א שיינעם פארלוסט! אזוי אויך דאס וואס די אינטערעסט ראטעס זענען שטארק ארויף, מאכט אז די אינוועסטארס זאלן פארלירן דעם אפעטיט צו קויפן.
 
די הנהלה באקומט כסדר טעלעפאן רופן פון בעלי בתים וואס האבן ליידיגע דירות און זוכן אריינצונעמען א היימישן טענענט. די הנהלה מאכט אבער קלאר פאר יעדן איינעם, אז דער עולם וועט אפילו נישט קוקן אויף זייער זייט אויב זיי וועלן בעטן מער ווי די נארמאלע מארקעט פרייז.
 
די אלע זאכן קען די הנהלה נאר דורכפירן א דאנק די שטארקע אחדות און פאלגזאמקייט וואס הערשט ביי אנשי שלומינו, וועלכע הערן אויס די עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א און ווארטן אויס מיט געדולד. מ'זוכט נישט סתם צו "כאפן", און א דאנק דעם שאפט זיך ב"ה א געזונטע מארקעט פאר הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווילן דא וואוינען און בויען די קהילה, בשעת די אינוועסטארס ווערן אנטמוטיגט פון אויסנוצן דעם פאקט אז אנשי שלומינו האבן זיך באזעצט אין ליבערטי.
 
מ'מוז באמת ארויסהייבן לשבח ווי שיין אנשי שלומינו לעבן מיט אזא אחדות. יעדער וואס זוכט א הויז מעלדט זיך ביי די הנהלה, און די הנהלה האלט א פונקטליכע ליסטע פון יעדן איינעם וואס זוכט. מ'בעט אז די הנהלה זאל פארהאנדלען מיט'ן מוכר, די הנהלה זיצט מיט יעדן איינעם באזונדער, און דער עולם האט געדולד ביז מ'טרעפט עפעס וואס איז פאסיג פאר אים. מיט דעם סיסטעם איז עס באמת לטובת אלעמען.
 
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אונזער ברסלב'ער שטעטל קוקט אויס אינגאנצן אנדערש ווי אנדערע געגנטער, וואו מ'האט געגרינדעט נייע ישובים פאר אידן וואס האבן געזוכט א דאך איבערן קאפ פאר א פרייז וואס מ'קען דערהייבן, אבער אין בלויז עטליכע חדשים זענען די פרייזן פון די הייזער אין יענע געגנטער שוין געשטיגן דאפעלט און טריפעלט.
 
די הנהלה מאכט נישט קיין געלט דערפון; זיי זענען דא בלויז מיט איין ציל: ארויסצוהעלפן דעם ציבור. די הנהלה איז נישט דא צו "שטופן" הייזער, נאר אכטונג צו געבן אז די פרייזן זאלן חלילה נישט ארויפגיין מער ווי די נארמאלע מארקעט פרייזן. זיי טוען אלעס וואס ס'איז נאר שייך אז די פרייזן זאלן בלייבן סטאביל און עפארדעבל, כדי אינגעלייט און משפחות פון אונזער קהילה זאלן האבן די מעגליכקייט צו קויפן אן אייגן הויז צו וואוינען. דאס פירט טאקע דערצו אז ווער עס טראכט פון אינוועסטמענטס, זוכט זיך בעסערע גליקן ערגעץ אנדערש, ווייל דא איז נישט דער פלאץ פאר קיין ריעל עסטעיט שפילערייען.
 
ס'איז ממש אוממעגליך אראפצומאלן וויפיל שעות די הנהלה לייגט אריין ביז א מענטש קויפט ענדליך א הויז; מ'געבט זיך אפ מיט יעדן יחיד באזונדער מיט א געוואלדיגע געדולד, מ'ווייזט איין הויז נאך א הויז, ביז מ'טרעפט די ריכטיגע זאך וואס פאסט פאר די משפחה.
 
למשל, לעצטנס האט א אינגערמאן שוין געהאלטן ממש ביים אריינגיין אין קאנטראקט אפצוקויפן א הויז פון א גוי. סיי דער אינגערמאן און סיי די הנהלה האבן שוין אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות און צענדליגער שעות ארבעט, אבער אין די לעצטע מינוט האט דער גוי פלוצלינג אנגעהויבן מאכן קונצן און פארלאנגט נאך 25,000 דאלאר. מ'האט נישט געטראכט קיין צוויי און אים גלייך געזאגט "ביי" – ס'פעלן נישט קיין הייזער ברוך השם, און מ'איז תיכף געגאנגען צום נעקסטן אפציע!
 
אלע וואס זענען פאראינטערעסירט צו קויפן א דירה און זוכן צו קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל, קענען זיך פארבינדן מיט מו"ה העניך אינדיג הי"ו.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין מיטצונעמען אונזערע הייזער קיין ירושלים עיה"ק, אינאיינעם מיט משיח צדקנו בקרוב ממש.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.