שאלה: א גוטן, ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וויאזוי איז געווארן אייגעפירט ביי די אידישע פרומע וועלט די היימישע ערשטע נעמען, אויסער די ערשטע נעמען וואס קומט פון די תורה ווי דבורה, אסתר, שרה וכו', איז אריינגעקומען כל מיני נעמען ווי נחמה, זיסל, פראדל. וועלכע תקופה איז עס אריינגעקומען? אויך ווער האט באשטימט אז למשה אריה איז א נאמען און נשר נישט? ישר כח מ.ק. נ.ב ס'איז זייער אינטערעסאנט די קאלום, א גרויסן ישר כח!
 
תשובה: צום ערשטן איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז א נאמען איז נישט קיין פשוטע זאך, עס איז נישט אין אונזערע הענט צו באשלוסן צו צולייגן א נייע נאמען. אין די ציוניסטישע מדינה האבן זיי איינגעפירט צו טוישן די נעמען וואס מיר האבן געהאט אין די מסורה, צום ביישפיל רויזא וועלן זיי טוישן צו שושנה, און האבן מיט א גרינגשעצונג אויפגעטראכט איינענע נעמען ווי אילן וכדומה, טייל האבן נאך "מחמיר" געווען און געמאכט ליצנות פון די נעמען און א נאמען געגעבן זייערע קינדער נאך רשעים ווי נמרוד וכדומה. מען דארף וויסן אז די צדיקים האבן געזאגט אז אין די נאמען פון א מענטש ליגט מער ווי סתם א "לעיבל" - דורך וויאזוי צו אידענטיפיצירן פון וועם מען רעדט, עס האט צו טון מיט די נשמה פון דעם מענטש, און אז עס ליגט א בחינה פון רוח הקודש וואס פארא נאמען צו געבן פאר א קינד, און מען טאר חלילה נישט מזלזל זיין דערין.
 
די אלע נעמען זענען געווארן אייגעפירט ביים יהדות אשכנז במשך די דורות, דורך די צדיקים אין זייערע צייטן, און גענוי ווער און ווען איז נישט באקאנט. און דאס אליינס איז א וויכטיגע לימוד, מיר דארפן נישט אלעס פארשטיין און וויסן, און מיר דארפן בלויז פאלגן בתמימות די צדיקים, און דאס וועט אונז ברענגען אלעס גוטס.
 
אבער פון די אנדערע זייט דארף מען נישט איבערטרייבן מיט נעמען, היינט איז געווארן א נייע מאדע, א זאך וואס מען האט נישט געזען ביי קיין איין פריערדיגע צדיק, דאס איז צו קוקן אויב די נעמען "שטימען" ווען מען טוט א שידוך. עס זענען דא אזוי גערופענע בעלי מקובלים וואס שטערן ליידער שידוכים מיט'ן דמיון אז די נעמען שטימען נישט.
 
און דאס גייט נאך ווייטער, ווען זיי זאגן אז די נאמען "שטימט נישט" קענען זיי צומאל צולייגן אדער גאר אראפ נעמען נעמען כדי עס "צו מאכן שטימען"... ביי די פריערדיגע צדיקים האט מען געזען צומאל מען זאל צולייגן א נאמען ביי א חולה ר"ל, אבער ביי שידוכים? וואו האט מען דאס געזען? אין סאטמאר? אין גער? אין ספרד? דאס איז א נייע זאך וואס דער סמ"ך מ"ם האט אריינגעברענגט עס זאל זיין נאך א תירוץ צום גרויסן זאק תירוצים פארוואס מען זאל נישט א שידוך טון.
 
ויקרא בהם שמי ושם אבותי
 
איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן צו askgershon@gmail.com.