היינט דינסטאג לעצטע געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער" פאר פרויען אין מיידלעך
כה אב תשפ"א 📝
אין די פארגאנגענע צוויי טעג האבן הונדערטער פרויען באלאגערט דעם גרויסן אוידאטאריום פון די מוסדות אין ליבערטי און מיטגעהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער", די פרויען זענען געזיצן פאר עטליכע שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער און מיטגעהאלטן די שטורמישן רייזע פון צוויי קינדער וואס זענען בייזוויליג פארטוישט געווארן, און זיי באגלייט איבער שטעט לענדער און וועלדער, און געזען ווי דער אייבישטער פירט די וועלט אזוי שיין, און ווי דער אייבישטער נעמט אן די תשובה פון יעדן איד, און ווי ווייט א איד קען צוקומען ווען מען טוט תשובה.
דער שפיל ווערט מיטן אייבערשטנ'ס געשפילט דורך די תלמידות פון די העכערע קלאסן פון די "בית פיגא" ברסלב סקול.
אלע באטייליגטע פון די לעצטע צוויי טעג זאגן עדות אז דער שפיל איז ב"ה העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטיש. מען זעט די כחות וואס די פראדוצירערע און מחנכות האבן אריינגעלייגט אין די מיידלעך ארויסצוברענגען פון זיי דאס בעסטע. און האלט דעם אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און לאזט איבער א רושם אויף גאר א לאנגע צייט, עס גיבט אינספיראציע פאר די פרויען און מיידלעך און פילט אן מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס מען נעמט מיט זיך אהיים, און געבט פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן.
די שפיל פון פאריאר וואס איז ארויסגעקומען אויף DVD מיט א האלבע יאר צוריק, און איז דא צו באקומען אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אין די געשעפטן, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט אויך איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל שרייבט איינע (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב איך נאך קיינמאל געהאט. נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט 'אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע' - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסע דאנק אייך בית פיגא סקול פאר די פלעי!".
ווי געזאגט איז דער יעצטיגער פלעי ברוך השם ארויף נאך א שטאפל העכער, און איז נאך שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע. דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים, און "וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (לשון פון הייליגן רבין).
דער שפיל וועט היינט אויפגעשפילט ווערן צו לעצטן מאל אום 8:00 אווענט אינעם אוידיאריום פון די מוסדות אויף 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק 12754. מען קען קויפן טיקעטס דורך רופן 845-422-5305 אדער 929-722-6836. אויך ווערט פארקויפט א באגרעניצטע צאל טיקעטס ביים טיר.
📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער"
🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל