היינט נאכט: רייכע נאכטמאל אין וויליאמסבורג לטובת די בארימטע כולל היכל הקודש ברסלב
ז תמוז תשע"ט 📝
היינט מיטוואך נאכט פרשת חוקת וועט בעז"ה פארקומען א שיינע מסיבה לטובת די בארימטע ברסלבע כולל וואס ווערט אנגעפירט דורכן ראש ישיבה, ווי עס הארעווען אינגעלייט און זענען זיך ממית באהלה של תורה מתוך הדחק, טייערע אברכים וואס תורתם אומנתם, און זענען זיך משלים אין די הייליגע ווענט פון כולל מיטן לערנען ש"ס ופוסקים.
דער נאכטמאל וועט אי"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו אויף 517 דיקאלב עוו. אין ניי וויליאמסבורג אום אכט אזייגער. עס וועט אי"ה סערווירט ווערן א רייכע נאכטמאל פאר אלע משתתפים.
עס וועט אי"ה זיין א רייכע פראגראם. אום 7:45 וועט זיין א טשאלענט באפעי, אום 8:00 וועט מען עסן א געשמאקע נאכטמאל בשבת אחים גם יחד, אום 8:25 וועט מען הערן פון מו"ה יענקי פיש הי"ו איבער "מיין ערשטע ראש השנה אין אומאן", אום 8:45 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה יואלי מאשקאוויטש אי"ה איבער זיין ערשטע זומער מיטן ראש ישיבה, און אום 9:00 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו איבער "מיין זשאב איז גרינגער ווייל איך לעב מיטן אייבערשטן, אום 9:20 וועט מען אי"ה דאווענען מעריב, און אום 9:30 ווען מען האבן א סופרייז גאסט וואס וועט פארשטעלן "איך האב פארלוירן מיין רעצל אין קיעוו".
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד