היינט עש"ק כ"ח ניסן 26טער יארצייט פונעם גרויסן מפיץ רבי שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל
כח ניסן תשע"ט 📝
היינט געפאלט אויס דער יארצייט פונעם אומפארגעסליכן גרויסן מפיץ הרה"ח ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן פאר 26 יאר צוריק, כ"ח ניסן תשנ"ג.
רבי שמואל דוד ע"ה איז געווען אן תלמוד מובהק פון מוהרא"ש זי"ע, וואס זינט ער איז נתקרב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע האט ער זיך צוגעבינדן צו מוהרא"ש און געפאלגט מיט די גרעסטע תמימות אלעס וואס מוהרא"ש האט געלערענט.
ער האט דורכגעלערענט כל התורה כולה איין מאל און נאכאמל מיט א געוואלדיגע התמדה, ער האט אסאך אסאך גערעדט צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אים באקרוינט מיטן טיטל "דער גרויסער מפיץ", דערפאר וואס ער האט גענומען אויף זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ספרים מיט א מורא'דיגע פלייס און איבערגעגעבענקייט. ער פלעגט טאג טעגליך ארום גיין אין די גאסן, באס סטאנציעס און שאפינג סעטנערס א.א.וו. מיט א געוואלדיגע זיסקייט, ער פלעגט זיך אונטערזינגען זיין בחנטע ניגונדיגל "מי רוצה מתנה, שיתן צדקה", "ווער עס וויל א מתנה, זאל ביטע געבן עפעס פאר צדקה", אזוי פלעגט ער גיין אין די געסלעך און געשעפטן מיט א געוואלדיגע שמירת עינים. ער איז געווען זייער באליבט ביי יעדעם, ער האט אלץ געהאט פאר יעדעם א גוט ווארט, און מחזק זיין און אויסגעהערט וועם עס האט נאר אויסגעפעלט.
ברסלבע חסידים תלמדי היכל הקודש וועלן געדענקען דעם גרויסן יארצייט מיטן לערענען און טון מעשים טובים לעילוי נשמת הרב שמואל דוד בן הרב יעקב צבי זכרונות לברכה, און זיך אפלערנען צו טון צו פארשפרייטן דעם רבינס עצות פאר די גאנצע וועלט, יעדער איינער אויף זיין שטייגער מיט וואס ער קען.
קליפ: רבי שמואל דוד ע"ה גייט הפצה אין די גאסן און געשעפטן