אין אלעד, א שטאט אין צענטער פון ארץ ישראל, גייט אן הערליכע אינגע קהילת היכל הקודש וואס שפרודעלט מיט הפצה און חיזוק. די גאנץ קורצע היסטאריע האט זיך אנגעהויבן מיט מו"ה נח לעווין הי"ו, וואס האט מיט נישט מער פון צוויי יאר צוריק אנגעהויבן פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים פון ראש ישיבה אין די שטאט, ער איז געגאנגען אליינס, אן וויסן פון נאך אנשי שלומינו אין שטאט. פאריאר בשעת'ן מפיץ זיין האט ער באגעגנט א אינגערמאן מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט אים געזאגט אז ער הערט די שיעורים, און זינט דאן האבן זיך זיך כסדר צוזאמען מחזק געווען און געארבעט אינאיינעם.
 
אביסל שפעטער איז צוגעקומען א פרישע אינגערמאן, מו"ה משה וויינבערגער הי"ו פון אשדוד, וואס האט חתונה געהאט און זיך באזעצט אין אלעד. ער פלעגט פריער כסדר זיין קיין בראכפעלד, וואו עס איז איז דא א געשמאקע חבורה פון אינגעלייט אנשי שלומינו, און צוזאמען מיט די אנדערע האט ער ארגאניזירט אז מען זאל זיך צוזאמען קומען הערן די שיעורים פון ראש ישיבה יעדע דינסטאג. אזוי זענען צוביסלעך צוגעקומען נאך אינגעלייט, ביז מען האט זיך דערזען מיט איבער א מנין. מ'האט אפגעדינגען א פלאץ וואו מען האט אנגעהויבן פראווען שלש סעודות און מעריב, און מען האט זיך מחזק געווען. יעדע סיום און אנדערע געלעגנהייטן זענען געפראוועט געווארן אינאיינעם, ביז מ'האט געזען עס איז צייט צו האבן א בית המדרש פאר זיך. מ'האט אפגעדינגען א שיינע בית המרשת אויף 5 רח' רבי יוסף קארו, אנפאנג איז טאקע געווען שווער, ווייל נישט יעדער וואוינט אזוי נאנט צו פיס צו קענען קומען שבת. אבער יעצט איז שוין ב"ה די מנין גוט אוועקגעשטעלט פאר אלע תפלות שבת קודש.
 
אין אלעד מאכן אלע הפצה, קיינער שלאפט נישט. דא איז א לעבעדיגע חבורה. יעדער פארט ארום מיט די קארס מאכן הפצה פון הויז צו הויז, און מען פארשפרייט די שיעורים ביי די אינטערסעקשאנס און אין אנדערע פלעצער.
 
ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל פארגאנגענעם ל"ג בעומר, האט מען אים געפרעגט צי מען זאל מאכן א ברכת הבית מאגנעט, וואס זאל אויך האבן אויף זיך די נומער פון די האטליין, מיט א באר קאוד פון די חיזוק יומי. וויבאלד מאגנעטן זענען זייער פאפולער אין אלעד, און דער ראש ישיבה האט צוגעשטימט און געזאגט, אז מען מאכט שוין זאל מען עס מאכן זייער שיין. ב"ה עס איז שוין אנגעקומען עטליכע טויזנט שטיק. און כאטש דאס איז נישט גענוג פאר די גאנצע שטאט, אבער ב"ה מען גייט עס פארשפרייטן.
 
א חשובער אינגערמאן אין אלעד מאנשי שלומינו, מו"ה אברהם זייוואלד הי"ו, איז ארויפגעקומען מיט א נייע איידיע, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. ער האט געלאזט מאכן שיינע "קאר שמעקערס", וואס האט אויף זיך די נומער פון ברסלב. ער טיילט עס ארום און מאכט הפצה. ער האט געברענגט דערפון צוואנציג טויזנט שטיק, און עס גייט זייער גוט.
 
יעדע ערב שבת קודש ליגט פעקלעך פון גליונות אין שול וואו אלע אנשי שלומינו קומען אפנעמען זייער פעקל, און עס איז נישטא קיין שול אין אלעד וואס באקומט נישט קיין גליונות. אויך באקומען עס פילע משפחות אויף די פאסט.
 
היכל הקודש אין אלעד איז א הערלכיע וואונקל פון הפצה און חיזוק פאר די גאנצע אומגעגענט.