היכל הקודש בארא פארק וואקסט און בליעט
יב טבת תשפ"ג 📝
בארא פארק - דער בית המדרש היכל הקודש ברסלב וועלכע געפונט זיך אויף 4801 11 עוו. איז א הערליכע ווינקל וואס האט מצליח געווען אייצונעמען די שטאט אין די קורצע צייט וואס זי געפונט זיך דארט. עס קומען כסדר צו פרישע מקורבים, און פילע שכנים קומען כסדר אריין צו די תפילות, און צו נעמען די הערליכע גליונות, וואס אן דעם קען מען נישט אנגיין.
יעדע נאכט קומט פאר א דף שיעור פאר א האלבע שעה אום 8:20 וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א קורצע שיעור אין ספר המידות, זונטאג קומט דער שיעור פאר אום 7:15, און דאנערשטאג אום 7:45, דער שיעור ווערט פארגעלערנט דורכן געטרייען גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו. נאכן שיעור קומט פאר געשמאקע שיחות חברים, מען שמועסט פון מעשיות פון תפלה, ווי דער אייבישטער העלפט ווען מען בעט אים, אזוי אויך מעשיות פון הפצה, אזוי אויך קומען פאר פילע סיומים, ווען אינגעלייט און בחורים ענדיגן כסדר משניות, מסכתות הש"ס, און נאך מקצועות התורה.
שבת קודש מעין עולם הבא קומט מען זיך צוזאם צו אלע תפלות, שבת קודש אינדערפרי לערנט מען פאר דעם דף אום 8:45, און דערנאך אום 9:15 לערנט מען א קורצע שיעור אין שיחות הר"ן. נאך א געשמאקע ווארימע דאווענען לערנט דער געטרייע גבאי פאר א הערליכע שמועס אין ספר סיפורי מעשיות, וואס וועקט אלעמען אויף פון שלאף, און דערמאנט זיי דער תכלית צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט.
פארגאנגעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א שיינע סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זי"ע ווי א ריזיגער ציבור איז זיך צוזאם געקומען, און מען האט מיטגעהאלטן דעם שמועס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן.
יעדע וואך אין איינע פון די נעכט קומט פאר א "פרויען פארברענג" ווי פרויען אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און מען הערט א שמועס פון התחזקות וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די טאג טעגליכע שוועריקייטן. דער פארברענג איז געווענליך דינסטאג נאכט אום 9:00, פאר מער פרטים קען מען זיך ווענדן צו איינע פון די גבאים.
איינע פון די טייערע אינגעלייט מו"ה שמעון גאנצפריעד הי"ו ראש וראשון לכל דבר שבקודשה און איז אייביג גרייט ארויסצוהעלפן האט צוליב דעם ריבוי עם קע"ה צוגעקויפט פילע ספרים, סידורים, און חומשים, אזוי אויך האט ער באשטעלט פרישע ספרים שענק און האט עס מיט די אייגענע הענט אויפגעשטעלט, כדי נאכצוקומען דעם גרויסן ציבור וואס קומט כסדר צו צו נהנה זיין פון דעם לעכטיגן ווינקל וואס באשיינט גאנץ בארא פארק.