היכל הקודש בית שמש צואוואקסט זיך
ו אדר א' תשפ"ב 📝
אין שטאט בית שמש אין ארץ ישראל געפונט זיך גאר א שיינע קיבוץ פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען מקושר צום הייליג'ן רבי'ן, און פאלגן זיינע עצות וואס ער לערנט אונז.
אזוי ווי דער ציבור אנשי שלומינו וואוינען אויסגעשפרייט אינעם גרויסן שטאט בית שמש, איז כמעט נישט מעגליך מען זאל זיך קענען צוזאם קומען יעדן שבת אלע אינאיינעם, צוליב דעם האט מען איינגעטיילט די חבורה אין צוויי, און יעדע וואך קומט מען זיך צוזאם ביי שלש סעודות אין צוויי באזונדערע פלעצער, ווי מען איז זיך מחזק מיט די עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, עס זיצן צוזאמען אנשי שלומינו, מען וואשט זיך צו שלש סעודות, מען זינגט צוזאמען זמירות, און דערנאך זינגט מען צוזאמען די אידישע ניגונים פון אמונה, און מען לערנט פאר די עצות און התחזקות וואס מען לערנט אין היכל הקודש.
פארלאפענעם שבת פרשת משפטים האט מען שוין אויך געדאווענט אינאיינעם פרייטאג צונאכטס ביים חבורה אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו.
אויך אינמיטן די וואך קומט מען זיך צוזאם. יעדע דאנערשטאג נאכט הערט מען אויס א שיעור פונעם ראש ישיבה, אויך יעדע מאנטאג נאכט קומט מען זיך צוזאם, און מען רעדט שיחות חברים, און מען איז זיך מחזק און די אינגעלייט און בחורים פארציילן מעשיות פון תפילה און מעשיות פון הפצה וואס זיי האבן מיטגעלעבט.
מיין פייערל וועט טליען ביז משיח'ס טאג