היכל הקודש בני ברק ברייטערט זיך אויס
כה כסלו תשפ"ב 📝
מרכז הפצה בני ברק
דער מרכז הפצה אין ארץ הקודש האט שוין מער נישט געקענט אפזאגן, צוליב דעם גרויסן פארלנאנג פארן הייליגן רבינס ספרים וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג.
פארגאנגעם ליל שישי, איז אפגעהאלט געווארן א געהויבענעם מעמד "פתיחת מרכז הפצה" אין אויף רחוב אברבנאל 48 אין קרית הערצאג אין בני ברק, ווי די מפיצים זענען געקומען זיך באטייליגן.
אינעם מרכז הפצה אין בני ברק וועט מען קענען באקומען אלע ספרים פון הייליגן רבין, און זיינע תלמדים, מורהא"ש, דער ראש ישיבה, קמיעות, סידיס, יו-עס-בי און עס-די קארטלעך מיט שיעורים, הפצה קארטלעך, ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך...
יעדער אין בני ברק וועט שוין וויסן אז דער אדרעס פאר חיזוק אין אמונה, תורה, שלום בית, און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן, און אזוי ווייטער איז דער נייער מרכז הפצה אויף רחוב אברבנאל 48 ווי מען קען אהיים נעמען פון אלעם גוטן.
אזוי אויך וועלן די מפיצים פון בני ברק שוין האבן א לאקאלע הפצה צענטער פאר אלע זייערע הפצה געברויכן, און מער נישט דארפן ברענגען פון דערווייטענס די ספרים, גליונות און סידיס.
בית המדרש היכל הקודש בני ברק
פארגאנגעם שבת קודש, איז צוגעקומען נאך א הערליכע שטיינדל, צום קרוין פון היכל הקודש, א דיימאנט שטיין וואס וועט פארשפרייטן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין אין שטאט בני ברק.
נאך מער פון איינס און א האלב יאר זינט דער עפענונג פונעם וועכענטליכן חבורה, האט די חבורה פון בני ברק זוכה געווען צו באקומען מיטוואך פרשת וישלח א שמועס פון עטליכע מינוט פונעם ראש ישיבה, דורך א טעלעפאן הוק אפ.
צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בני ברק "ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק"
איינע פון אנוועזענדע פון אנשי שלומינו, האט תיכף וואלונטירט אוועקצוגעבן זיין שטוב מען זאל עס קענען נוצן פאר די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות.
און טאקע דעם שבת קודש, נאכן זמן הדלקת הנרות, זענען אנשי שלומינו געקומען צום פרישן בית המדרש היכל הקודש בני ברק צו מנחה ערב שבת קודש, ווי מען האט געדאווענט א געשמאקע דאווענען, מנחה, קבלת שבת און מעריב. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע טאנץ, און מען איז זיך צוגאנגען יעדער צו זיך אהיים, מיט גרויס שמחה.
אזוי אויך שבת קודש נאכמיטאג איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, ווי מען האט אפגעראכט א שיינעם שלש סעודות אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מען האט געזונגען אינאיינעם זמירות בשבת אחים.
יפוצו מעיינותיך חוצה!